מכתב יומי

יז אייר תשפ"א

April 29 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי ה' יתברך, איך האב זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל נאך א יאר און א האלב ווארטן, בענקען, האפן און מתפלל זיין - איך זאל זוכה זיין צו קענען זיין אין ארץ ישראל.


יעצט בין איך אונטערוועגנס, מיר פארן צו אתרא קדישא מירון, מקום מנוחת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, און דער אייבערשטער וועט העלפן אז בזכות די גרויסע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן זייער גאנצע לעבן, וועט יעדער איינער פון אונז זוכה זיין צו האבן א ישועה אין זיין ענין וואס ער דארף.


איך וויל דיר זייער בעטן, יעצט איז א גוטע געלעגנהייט אנצוהייבן מאכן א גוטע נאנטע קשר מיט'ן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. עס זענען דא מענטשן וואס האבן א קשר מיט רבי שמעון - ל"ג בעומר, נאכדעם זענען פארהאן מענטשן וואס זענען מקושר מיט'ן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר; מוהרא"ש האט אונז שטענדיג געזאגט: "ווער איז א ברסלב'ער חסיד? ווער האט א שייכות מיט'ן רבי'ן? נאר דער וואס לערנט די ספרים פון רבי'ן; מען קען זיך דרייען אין ברסלב לאנגע יארן, מ'קען זיך פאפן, זיך אליינס איינרעדן - אז מ'איז א ברסלב'ער, אבער כל זמן מען עפנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן ספר תיקוני זוהר; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפה): "דער ספר תיקונים איז זייער א הויכע ספר, זייער א הייליגע ספר"; אז דו וועסט לערנען דעם הייליגן זוהר וועסטו האבן א שייכות מיט רבי שמעון א גאנץ יאר.


עס איז אמאל געקומען א איד צום הייליגן אריז"ל, ער האט אים געבעטן אז ער דארף א תיקון, ער איז אראפגעפאלן אין זייער שלעכטע מעשים רחמנא לצלן; האט אים דער אריז"ל געזאגט: "לערן יעדן טאג פינף דפים תיקונים, דאס וועט דיר מתקן זיין, דאס וועט דיר רייניגן".


איך בין יעצט אונטערוועגנס, איך בין אביסל אפגעמאטערט פון די וועג, דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי ה' יתברך איך האב זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל, איך געפון זיך יעצט אין אתרא קדישא מירון. איך האב פריער אנגעצינדן די הדלקה צוזאמען מיט מיין טאטע, קארלסבורגער רב שליט"א, אין חצר פון בית המדרש מראה יחזקאל מירון. מיר האבן געטאנצן מיט א מורא'דיגע פרייליכקייט, געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א שייכות צום הייליגן צדיק רבי שמעון בר יוחאי.


גלייך פון עירפארט בין איך געפארן קיין מירון, איך האב געדאווענט מעריב, געציילט ספירה און אנגעצינדן די הדלקה צוזאמען מיט מיין טאטע; מען האט געטאנצן עטליכע שעה, נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד רבי שמעון בר יוחאי.


מיין טאטע שליט"א האט געזאגט זייער א שיינע טעם פארוואס מען שיסט ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן. די הייליגע חכמים דערציילן (ירושלמי שביעית ט, א; תוספות עבודה זרה טז ע"ב, דבור המתחיל דימוס) ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פון די מערה האט ער געזען ווי א מענטש שטייט מיט א בויגן און שיסט פייגעלעך, ער וויל כאפן פייגעלעך; דער פאנגער האט געמיינט אז ער גייט שיסן די פייגל און דאס כאפן, האט רבי שמעון בר יוחאי געהערט א בת קול פון הימל וואס שרייט: "דימוס!" יענע פייגל איז אוועקגעפלויגן און נישט געווארן געשאסן. א מינוט שפעטער האט דער פאנגער געשאסן נאך א פייגל, און רבי שמעון האט געהערט א בת קול וואס שרייט: "ספיקולא", כאפ עס, און די פאנגער האט געפאנגען די פייגעלע. האט רבי שמעון געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "אפילו ציפורא קלילא מבלעדי שמיא לא מתצדא", אפילו א פייגעלע קען מען נישט פאנגען אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן; האט מיין טאטע זייער שיין צוגעשטעלט, אז וועגן דעם שיסן מיר מיט א בויגן, מיר זאלן געדענקען און מיר זאלן זיך נישט איינרעדן אז ווען מען האלט א בויגן אין די האנט און מען וויל שיסן, האבן מיר עפעס כוחות אין די האנט, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; א מענטש קען גארנישט טון, ער קען נישט ארויסשיסן א פייל אן דעם וואס מ'זאל אויסרופן אין הימל אז אזוי זאל זיין.


איך האב געטראכט נאך א טעם פארוואס מען שיסט מיט א בויגן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) אז תפילה ווערט אנגערופן "קשת", אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי - בִּצְלוֹתִי וּבְבָעוּתִי"; אז דאס האט דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי מגלה געווען, די ענין פון תפלה, אז א מענטש זאל בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס ער דארף; דערפאר שיסט מען מיט א בויגן, כדי מען זאל געדענקען פון תפלה.


יעצט הער איך שרעקליכע נייעס, אז אויבן ביי די מערה האט פאסירט א פחד פון א מעשה, עס איז איינגעפאלן א בנין, א בריק, און צענדליגער מענטשן זענען פארוואונדערט ה' ישמרינו; געלויבט דער אייבערשטער אז איך און מיין משפחה זענען געזונט און שטארק, דארפן מיר מתפלל זיין אז אלע זאלן זיין געזונט און שטארק.


מען האט יעצט פארשלאסן די מערה. איך בין נאכנישט ארויפגעגאנגען צו די מערה, איך האף צו דאווענען ותיקין און נאך ותיקין ארויפגיין צו די מערה. איך וועל מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה.


אין אזא הייליגע טאג לאמיר מאכן עפעס א גוטע קבלה, לאמיר נאכמאכן רבי שמעון; ווען רבי שמעון האט געהאט די צרה, מען האט אים געוואלט הרג'ענען, האט ער זיך באהאלטן אין בית המדרש און געלערנט די הייליגע תורה; דאס דארפן מיר נאכמאכן, ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן דארף מען זיך באהאלטן אין בית המדרש לערנען די הייליגע תורה, און נאכדעם דארף מען זוכן א הייל וואו מען קען זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן.


אויך די פרויען זאלן זיך מקבל זיין אין אזא הייליגע טאג מוסיף צו זיין אין צניעות, בפרט ווען עס קומט צו די האר; קוקט אריין וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען מקבל זיין פון דעם גרויסן טאג נאר גוטע זאכן, ברכות וישועות און רפואות פאר יעדן איינעם.