מכתב יומי

ח אייר תשפ"א

April 20 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז מיר וועלן האבן נאך די יאר זומער א קאנטרי מיט א קעמפ פאר די בחורים; איך קוק ארויס א גאנץ יאר צו זיין צווישן די בערג, זיין דארט מיט די בחורים און מיט אנשי שלומינו.


פרישע נייעס פון אומאן; מען ענדיגט יעצט דעם דריטן שטאק, מען ארבעט זייער פלייסיג עס זאל זיין גרייט אויף ראש השנה. עס זענען נתרבה געווארן אסאך אנשי שלומינו, אפשר וועלן מיר דארפן ענדיגן נאך אויף די יאר דעם פערטן שטאק.


נעכטן בין איך ארויסגעפארן אנגרייטן די מיידל קעמפ און די קעמפ פאר די אינגלעך; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די קינדער האבן א שיינע זומער.


מארגן וועט זיין אם ירצה ה' א צאמקום פאר די פרויען; בלייב אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען קומען אביסל שעפן פרישע לופט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האב איך היינט געענדיגט שרייבן א ספר תורה; פאר מיר איז דאס א גרויסע שמחה, איך האב עס אנגעהויבן שרייבן זעקס יאר צוריק און יעצט האלט מען ביים גמר.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דאס אריינגעבן דעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה אין בית המדרש אין שטעטל.


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל, איך האב געפרעגט אנשי שלומינו אויב איך קום אויף יום טוב, אויב זיי וועלן ארייננעמען געסט, ווייל איך וויל זייער אז אנשי שלומינו וואס ווילן זיין אינאיינעם יום טוב זאלן האבן די מעגליכקייט צו קומען; האברך ... נרו יאיר איז גרייט צוצושטעלן פאר אלע משפחות וואס ווילן זיין יום טוב אין שטעטל - א פלאץ וואו צו זיין, אויב דו ווילסט קומען פארבינד זיך מיט אים.


יעצט שבועות ווערט צוויי יאר פון ווען די ערשטע משפחה האט זיך באזעצט אין שטעטל; עס זעט אויס ווי א חלום, אזוי שנעל אין א קורצע צייט פון צוויי יאר האלטן מיר שוין ביי איבער פופציג משפחות. טייערע אינגעלייט, טייערע משפחות; אלע לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות, די אינגעלייט וואס וואוינען דארט זענען נישט מענטשן וואס האבן געזוכט א פלאץ וואו צו אנטלויפן, מענטשן וואס זוכן אוועק צו ווארפן די מסורה; דאס איז אנשי שלומינו וואס ווילן לעבן אין א שטאט וואו אלעס פירט זיך מיט'ן רבינ'ס וועג.


מיר האבן אין די צוויי יאר אויפגעשטעלט א תלמוד תורה און א בית חינוך לבנות, אויך האבן מיר א כולל פון חשוב'ע אינגעלייט, מיר האבן א מקוה און א שיינעם בית המדרש, אויך האבן מיר נאך א בית המדרש מיט א מקוה פאר שבת פאר נאך א געגנט, און יעצט יום טוב שבועות עפענען מיר א דריטע שול, "בית המדרש עצתו אמונה". מיר האבן א מהודר'דיגע עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל; פינף בודקים גייען יעדע וואך מידי שבוע בשבוע דאס בודק זיין און אז עס צעברעכט זיך האבן מיר אן עירוב טראק כדי מען זאל דאס גלייך קענען פאררעכטן.


מיר האבן אין שטעטל א בית התבשיל; אלע קענען קומען נעמען עסן בחינם, רויע עסן און געקאכטע עסן. עזר ליולדות; מען שטעלט צו פאר קימפעטארינס פיינע פרישע עסן. מיר האבן אין שטעטל א בית הדפוס, וואו מען דרוקט די ספרים און קונטרסים. חסד וואס טוט זיך אין שטעטל איז אין לשער; אינגעלייט וואס זענען איינגעשריבן ביי הצלה לויפן ראטעווען מענטשן, אינגעלייט וואס זענען איינגעשריבן ביי חברים העלפן אנדערע מיט וואס מען דארף. עס איז א הערליכע פלאץ; א פלאץ פון שלום, א פלאץ וואו יעדער לעבט פאר זיך אן קיין פרעשור פון אנדערע. די צניעות אין שטעטל איז אזוי שיין, אלע גייען איידל אנגעטון, אלע פירן זיך ווי אזוי מען דארף זיך צו פירן.


אויך האבן מיר אין די צוויי יאר אויפגעהאלטן א קיאסק, א פלאץ וואו מען קען איינקויפן אויפ'ן אינטערנעט; דאס איז פון די ערשטע זאכן וואס איך האב געבעטן די חברי הנהלה עס זאל זיין אין שטעטל, עס גייט מיר אין לעבן מען זאל נישט האבן קיין אינטערנעט אין שטוב, מען זאל נישט האבן קיין טעלעפאן, קאמפיוטער - אין שטוב, די שטוב זאל זיין ריין, די שטוב זאל זיין אפגעהיטן.


פרנסה פעלט נישט דארט, אלע זענען שיין מצליח; יעצט עפנט אויף משפחת ... א פיש געשעפט, ערב פסח האט משפחת ... געעפנט א גראסערי, אויך גייט יעצט אין די זומער וואכן משפחת ... עפענען א שיך געשעפט און משפחת ... עפנט אויף א דרייגוד געשעפט; אלע האבן גרויס שפע.


והעיקר שכחתי; מיר האבן אפאר שיעורים אין גמרא, אינדערפרי איז דא א שיעור אין גמרא און ביינאכט איז דא א שיעור אין גמרא. איך האף מיט די צייט צו מאכן נאך שיעורים, ממנה זיין נאך אינגעלייט זאלן פארלערנען שיעורים, ווייל עס גייט מיר אין לעבן אז די שטאט זאל זיין געבויט אויף תורה, תפילה און חסד.


איך וויל דיר דערמאנען אז מארגן וועט זיין א פרויען צאמקום; זאג דיין ווייב, זי זאל וויסן פון דעם, זי וועט זיך זייער מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.