מכתב יומי

יז אייר תשפ"ב

May 18 2022

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך געפין זיך אין מירון, איך בין זייער פרייליך צו זיין אין מירון ל"ג בעומר, איך וועל מתפלל זיין פאר דיר.


אלע דיינע דיבורים זאלן זיין נאר פון אמונה און פון הייליגן רבי'ן; רעד נישט פון מיר, מאך נישט קיין צעדרייטע זאכן. רעד נאר פון רבי'ן; נישטא קיין גרעסערע טפשות ווי צו רעדן פון א בשר ודם.


איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש אין צימער מיט נאך אינגעלייט, מען האט זיך געקריגט נעבעך וכו'; איינער, א טיפש, האט געזאגט פאר מוהרא"ש: "מיר האבן חלוקי דעות וואס מוהרא"ש מיינט צו זאגן", רופט זיך אן מוהרא"ש: "איר שטופט מיר ארויס", וואס דארפט איר רעדן די זאכן? רעדט פון רבי'ן; מוהרא"ש איז געווען זייער בייז אויף יענעם.


דאס זאג איך דיר, לאז אפ, רעדט נישט פון דעם, פון יענעם, רעדט נישט פון מיר; רעדט פונעם אייבערשטן, רעדט פון רבינ'ס גרויסקייט. דער רבי האט געזאגט: "דאס האב איך גע'פועל'ט, ווער עס וועט רעדן פון מיר, ווען מען וועט רעדן פון מיר – וועט מען זיך באנייען, מען וועט זיין כקטן שנולד"; מען וועט אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט אינדערפרי בין איך געווען ביים ציון. אין די מערה קען מען נישט בלייבן שטיין, מען קען נאר אריבערגיין, מען טרייבט ארויס; ביים ארויסגיין, פון אונטן - קען מען בלייבן שטיין, איך האב זיך דארט אוועקגעשטעלט זאגן תהלים, איך האב זיך געקענט אביסל אויסגיסן דאס הארץ, איך האב אויסגעזאגט תהלים.


מענטשן פרעגן 'וואס גייט פאר אין מירון?' דער וואס איז פארנומען מיט טפל'דיגע זאכן ווערט צעבראכן; מענטשן זענען צוגעוואוינט צו א געוויסע וועג פון אלע יארן און דאס האט מען צעשטערט, אבער דער עיקר קען מען נישט שטערן; די שמחה, די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי - איז דא, עס איז אזוי פרייליך, אזוי הייליג.


בעצם וואלט איך דאך אין א געהעריגע צייט אויך ווען געזאגט תהלים אינדרויסן, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט אלע יארן קומען אויף מירון ל"ג בעומר, קיינמאל איז ער נישט אריין אין די מערה, זיך שטופן; מוהרא"ש פלעגט שטיין אינדרויסן זיך מתבודד זיין, מתפלל זיין; דאס קען מען יעצט אויך טון.


יעצט גיי איך דאווענען מנחה מעריב און מיר גייען ציילן ספירה 'ל"ג בעומר' און זיך פרייען מיט רבי שמעון בר יוחאי.


זיי זיך מקשר מיט רבי שמעון בר יוחאי וואו דו ביסט, נעם א גמרא, א משניות, לערן די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי, נעם א ספר הזוהר און מאך א שיעור דערין, און פועל אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך אנגעקומען קיין מירון; איך בין אזוי פרייליך צו זיין דא ביי רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר, דא הערשט עפעס א מורא'דיגע שמחה; די שמחה איז פון וואס רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען אין ספר הזוהר ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, און וואס פאר א שמחה עס ווערט אין הימל ווען א איד לערנט תורה, ווען א איד טוט מצוות.


איך האב זיך נאכנישט געלייגט שלאפן; אין מירון קען מען דען שלאפן?! איך לערן דעם הייליגן ספר תיקונים, מען ווערט אזוי פרייליך, מען זעט ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב אידן.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן זוהר, מאך זיך א שיעור אין תיקונים; לערן אפילו נאר אביסעלע. אנשי שלומינו זאגן: "זוהר האט אזא כח, עס שלעפט אין מקוה"; מען וויל דאך לערנען זוהר – גייט מען אין מקוה, מען לערנט נישט זוהר אן מקוה, קומט אויס אז מען ווערט שוין גערייניגט פון נאר וועלן לערנען זוהר.


אונזער זאך איז נישט קיין מלחמות, אונזער זאך איז נישט הפגנות; מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב וואס ווילן אויסרייסן די תורה. אזוי ווי מיר שלאגן זיך נישט מיט גויים – שלאגן מיר זיך נישט מיט זיי וד"ל.


אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.