מכתב יומי
טז אייר תשפ"ב
May 17 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי ה' יתברך מיר זענען יעצט אנגעקומען קיין ארץ ישראל, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף לאזן מיר זיך יעצט ארויס קיין מירון; איך וועל דאווענען פאר דיר און דיין משפחה.
לאז שוין אפ די עצבות ומרה שחורה, שטארק זיך בכל כוחך להיות רק שמח, שמחה פארברענט די קליפות; גיי א טענצל, טאנץ און פריי זיך מיט די מצוות וואס דו טוסט. מוהרא"ש זאגט: "ריקו"ד איז די זעלבע אותיות ווי דיקו"ר", מיט יעדע טאנץ געבט מען א שטעך דעם סמ"ך מ"ם וכת דילי', זייער זאך איז עצבות ומרה שחורה, ביי דעם אייבערשטן איז גאר דער היפוך, "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ" (דברי הימים א טז, כז).
זיבעציג פראצענט ענטפערס פון שאלות ותשובות ברסלב ענטפערט מוהרא"ש דעם לשון: "דיין גאנצע פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, וואלסטו געווען פרייליך – וואלטן אלע צרות בטל געווארן"; ווייל שמחה איז די רפואה אויף אלעס, שמחה איז די שליסל אריינצוקומען אין די קדושה.
וואויל איז דעם וואס טאנצט און פריידט זיך מיט די שמחה אז מיר זענען אידישע קינדער, מיר האבן דעם אייבערשטן, מיר האבן צדיקים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם יתברך איך בין אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל, יעצט געפון איך זיך אין מירון. איך בין זייער פרייליך אז איך בין אין ארץ ישראל, איך וועל זוכה זיין צו זיין ל"ג בעומר ביים הילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי פועל'ן ישועות. צדיקים טייטשן אויפ'ן אויסדרוק וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹךְ עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", דאס מיינט מען, אז ווען מען איז בדחקות העלפט רבי שמעון בר יוחאי.
אנקומענדיג אין מירון איז געווען פארמאכט, מען פארמאכט די וועגן צו קענען קומען קיין מירון; אבער תפילה עפנט אלע טירן.
איך האב זיך געטראפן מיט אנשי שלומינו; עס איז אזא שמחה זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו.
אין עירפארט האב איך באקומען א שיינע מתנה, מען האט מיר באוויזן די נייע קינדער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" אין אידיש און אין לשון הקודש; אזוי שיין. אויך האט מען מיר באוויזן דעם ספר "איש אמונות", גרייט צו דרוקן.
דא אין מירון שפירט זיך שוין ווי יום טוב, עס איז אזוי פרייליך, יעדער פריידט זיך, עס שפירט זיך דעם (דניאל ד, י): "עִ'יר וְ'קַדִּישׁ מִ'ן שְׁ'מַיָּא נָ'חִית"; מען דארף נאר פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות און התחזקות, ווייל דער רבי זאגט דאך (הקדמת לקוטי מוהר"ן): "וְעַכְשָׁו יֵשׁ נַ'חַל נ'וֹבֵעַ מְ'קוֹר חָ'כְמָה שֶׁאֲפִלּוּ הָעִ'יר וְ'קַדִּישׁ מִ'ן שְׁ'מַיָּא גַּם כֵּן צָרִיךְ לְקַבֵּל מִשָּׁם", מען דארף דעם רבינ'ס כלים צו קענען נעמען די עִיר וְקַדִּישׁ, די גרויסע הייליגקייט, מִן שְׁמַיָּא נָחִית, וואס קומט אראפ פון הימל.
זאלסטו זיך אנגארטלען לכבוד ל"ג בעומר עוסק זיין צו פארשפרייטן דעם נַ'חַל נ'וֹבֵעַ מְ'קוֹר חָ'כְמָה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.