מכתב יומי
יז טבת תשפ
January 14 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה איז א תיקון אויף פגם הברית; בעט איך דיר דו זאלסט עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, דעם רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, דורכדעם וועסטו אלעס פאררעכטן. עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס דו קענסט טון צו פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען, ווי עוסק זיין אין הפצה.
די נסיונות זענען גאר שטארק, בחורים און מיידלעך פאלן אראפ אין ביטערע עבירות, און מיט א קונטרס, מיט א גליון, מיט א קארטל - קענסטו פשוט ראטעווען א מענטשנ'ס לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט ממש פאר זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, טריף פסול איז זיך מתגבר אזויפיל, עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול, נאר איך האף אז איין בלעטל פון הייליגן רבי'ן וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג"; אויב אין רבי נתנ'ס צייטן איז געווען אלפים ורבבות טריף פסול, וואס זאלן מיר זאגן אין אונזערע צייטן... נאר מיר דארפן געדענקען אז דער רבי מיט זיינע עצות איז שטערקער פון אלע נסיונות וכו'.
אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען די ריכטיגע עצות געראטעוועט צו ווערן פון אלעם שלעכטס.
ווער עס גייט הפצה קומט צום אייבערשטן מיט גאר אסאך זכותים; ווייל אז מען איז זוכה און מען ברענגט צוריק א איד צום אייבערשטן, דער איד הייבט אן לערנען און דאווענען, ער לעבט מיט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע מעשים וכו' - די אלע זכותים גייען אויפ'ן חשבון פון דער וואס האט אים צוריק געברענגט. און עס איז נישט דא קיין גרעסערע נחת רוח ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק מענטשן צו אים.
לערן יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.