מכתב יומי
טז טבת תשפ
January 13 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ענטפער נישט אויף קיין בזיונות, שווייג אפ; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער וואס איז מיט געגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען אויף אים: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אנגעכאפט זיין באגלייטער און אים געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך!" און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".
בפרט אין שטוב ווען דיין ווייב זאגט דיר אריין, זי פארשעמט דיר, זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, נאר זאלסט שטילערהייט בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות"; ווייל ווען מען שווייגט אפ אויף א בזיון איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; פריי זיך אז דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג תשובה צו טון. מיר דארפן נישט פאסטן אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן נישט טון קיין גרויסע עבודות וכו' און סיגופים וכו', דער רבי געבט אונז אן אנדערע סארט תיקון, דער תיקון איז אז מיר זאלן נישט ענטפערן ווען מיר האבן א בזיון.
איך האף אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט נישט ווערן צעפאלן פון אלע וכו', דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו פאררעכטן אלע דיינע מעשים.
זיי שטארק מיט דיין צלם אלקים; ריר נישט אן דיין בארד און פיאות, זיי שטאלץ דערמיט; דאס וועט דיר ברענגען שפע ברוחניות ובגשמיות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.