מכתב יומי

יז סיון תשפ"ד

June 23 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה; א שבת מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך ליב - שפירט מען ממש ווי דער רבי איז דארט.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן; דאס בויעט אויף די אמונה, ביז מען איז זוכה צו אזא שטארקע אמונה - 'וָאֶרְאֶה אֶת ה'', מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי שטארק, אזוי ווי מען זעט עס מיט די אויגן. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אמאל פאר איינע פון די אפיקורסים אין אומאן: "ואראה את ה', איך האב געזען דעם אייבערשטן"; ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן געבט אזא שטארקע אמונה, ביז מען זעט מיט די אויגן דעם אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן סימן קע): "עַל יְדֵי הַיִּסּוּרִין נִכְנָע גּוּפוֹ", דורך יסורים וואס מען ליידט - ווערט אונטערטעניגט די גוף, "וּכְשֶׁנִּכְתָּת הַגּוּף עַל יְדֵי הַצָּרוֹת", און ווען די גוף ווערט אונטערטעניגט – "עַל יְדֵי זֶה מְאִירָה", הויבט זי אן שיינען און לייכטן, אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן זוהר (שלח, קסח): "אָעָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נוּרָא", א קלאץ וואס צינדט זיך נישט אן - "מְבַטְּשִׁין לֵהּ" צעהאקט מען איר, "גּוּפָא דְּלָא סָלֵק בֵּהּ נְהוֹרָא דְּנִשְׁמְתָא וְכוּ", א מענטש וואס די נשמה צינדט זיך נישט אן, צעקנאקט מען אים, ביז די נשמה הויבט אן שיינען און לייכטן. דאס קען מען אריינלייגן אין די פרשת השבוע, די תורה זאגט, ווי אזוי האט מען געמאכט די מנורה? "מִקְשָׁה זָהָב" (במדבר ח, ד), זאגט רש"י (דבור המתחיל 'מקשה') 'אויסגעקלאפט', מען האט געקלאפט, געהאקט און געשניטן - ביז עס איז געווארן א מנורה וואס שיינט און לייכט; אזוי איז מיטן מענטש, ווי אזוי הויבט אן די נשמה שיינען? דורכדעם וואס עס גייט אריבער וואס גייט אריבער און דאך האט מען נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, דאס מאכט שיינען.


מיר האבן גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, און אויב חס ושלום עס גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים און מען וויל פארשטיין 'פארוואס?' זאל מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא. אזוי ווי מיר האבן געהערט אין אלע דורות, ווען אידן זענען געקומען צו צדיקים דערציילן זייערע שוועריקייטן וואס זיי זענען אריבער, זיי האבן פארלוירן א קינד השם ישמרינו, האבן די צדיקים געענטפערט נאר די ווערטער: "ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא..."


ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל איז צו מיר צוגעקומען א טייערער איד און דערציילט אז ער איז אריבער א שווערע נסיון, זיי האבן געווארט א שמחה און ביים סוף איז דאס קינד געבוירן נישט לעבעדיג. ער דערציילט מיר ער האט געוואלט שרייבן א בריוו און בעטן חיזוק, נאכדעם האט ער געטראכט וואס וועט מען אים ענטפערן? אז דאס קינד איז א הויכע נשמה וכו'; דאס איז נישט קיין חיזוק - נישט פאר אים און נישט פאר זיין ווייב. האב איך אים געזאגט: "איך בעט דיר זייער, שרייב מיר יעצט די בריוו און איך וועל דיר ענטפערן נישט די זאכן, איך וועל דיר ענטפערן איין ווארט, וואס די ווארט וועט דיר געבן אזעלכע כוחות... איך וועל דיר ענטפערן 'ווער קען פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא...?'"


די ווערטער געבן כח, די ווערטער שטארקט דעם גלות איד שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות מיט אלע צרות און אלע גזירות, מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים און מיר פארשטייען נישט דרכי המקום ברוך הוא'.


די לעצטע פאר טעג איז דא ביי אונז שרעקליכע היצן, ממש נישט אויסצוהאלטן; נאר איין זאך קען אפקילן די היצן - די הייליגע תורה; נעם א גמרא און לערן די הייליגע גמרא.


די וואך גייען מיר מסיים זיין מסכת בבא מציעא און מיר הויבן אן דאנערשטאג מסכת בבא בתרא; זיי קלוג, כאפ זיך מיט, קיל זיך אפ פון די ברענעדיגע היצן, די ברענעדיגע נסיונות פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.