מכתב יומי

יח סיון תשפ"ד

June 24 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, י"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שפיר זיך שוין ברוך השם אסאך בעסער און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך שוין די ענדע וואך ארויספארן אין שטעטל פאר די זומער וואכן. דא אין שטאט איז שרעקליך, מען דארף רחמי שמים צו קענען גיין אין שול און צוריק קומען מיט ריינע אויגן; די גאסן ברענען מיט די גרעסטע נסיונות. אויבן אויף די בערג איז גרינגער, די לופט איז ריינער, מען קען דארט דינען דעם אייבערשטן מיט קדושה וטהרה.


איך וויל דיר בעטן זאלסט עוסק זיין אין הפצה; וואלסטו געוויסט וואס הפצה איז - וואלסטו זיכער עוסק געווען יעדן טאג אין דעם, ווייל דער אייבערשטער האט אזויפיל צער אז א טייל פון זיינע קינדער ווייסן נישט פון אים און גייען נישט אין די וועג פון די תורה, און ווען איינער טוט מיט זיינע קינדער - איז דאס די חשוב'סטע זאך ביים אייבערשטן.


דאס ווייסטו אז עונש פון גלגול - איז דאס ערגסטע, דער רבי האט געזאגט מען זאל זיך עקשנ'ען און זאגן אויבן אין הימל: "עקט מיט מיר דא, איך קום נישט אראפ נאכאמאל", ווייל גלגול איז דאס ערגסטע, דאך האט רבי נתן געזאגט: "אויב ווייס איך אז איך וועל קענען נאכאמאל קענען קומען צום ציון פון רבי'ן אין אומאן - וויל איך נאכאמאל מגולגל ווערן"; קומט מוהרא"ש און זאגט, נאך איין זאך לוינט זיך צו מגולגל ווערן: "אויב מען ווייסט מען וועט זיין א מפיץ - איז כדאי וכדאי נאכאמאל אראפצוקומען אויף די וועלט, צו קענען מזכה זיין נשמות ישראל מיט די הייליגע אמונה, מיט די הייליגע תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.