מכתב יומי
יח אדר תשפ"א
March 02 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט מיר, די נאכט האט מיר דער אייבערשטער געגעבן א מתנה א בן זכר.
איך וואונטש דיר א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויך זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער, ערליכע אידישע דורות, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, אמן.
עס איז גאר אנדערש ווען מען לעבט מיט'ן רבי'ן, אלעס איז אנדערש; ווען מיר זאלן נישט מקורב ווערן צום רבי'ן נאר פאר די זאך אליין, ווי אזוי מען גייט האבן למזל טוב און ווי אזוי מען באשעפטיגט זיך בשעת מעשה - איז שוין כדאי. דער רבי געבט א ישוב הדעת, דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; מען ווערט נישט נערוועז, מען ווערט נישט דערשראקן, מען איז איבערגעגעבן אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען שפירט זיך אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע, אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.
אם ירצה ה' ביי דיר אויף שמחות.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, רעד שיין צו דיין ווייב; עס טוט מיר זייער וויי אז איך דארף דיר דאס שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל.
דו מיינסט אז טשעפען די ווייב איז א וויץ, דו מיינסט אז טשעפען די ווייב איז א קלייניקייט; אויב מען טוט וויי א ווייב און זי וויינט - באקומט מען א גרויסער קלאפ.
פארוואס?! פארוואס זאלסטו נישט רחמנות האבן אויף איר? עס איז נישט קיין תירוץ אז זי טוט דיר וויי; אז זי טוט דיר וויי טאר מען נישט צוריק טון. אז זי רעדט צו דיר אנגעווייטאגט אדער זי שרייט אויף דיר - איז דאס נאר ווייל זי איז איבערגעשטרענגט, אדער אז זי האט ווייטאג אויף דיר אז דו מאכסט איר אוועק.
איך מוז דיר זאגן אז עס זעט אויס אין דיינע אויגן א קינדער שפיל, אבער דאס גייט זיך ביים סוף זייער מיאוס ענדיגן.
טו תשובה, ווער אן ערליכער איד; ערליכע אידן רעדן ווייך צו די ווייב, ערליכע אידן שרייען נישט אין שטוב, ערליכע אידן האבן אסאך שפייאכטץ צו שלינגען.
איך בין א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה א אינגל; איך האף צום אייבערשטן אז דער ברית וועט זיין קומענדיגע וואך אין צייט, כ"ה אדר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די איינציגסטע עצה פאר די יוגענט, זיי צו ראטעווען פון עבירות - איז זיי חתונה מאכן יונג.
נישטא קיין אנדערע עצה; די אלע אסיפות וואס מחנכים מאכן ווי אזוי מען קען ראטעווען די יוגענט - איז ארויסגעווארפן די צייט; איין עצה איז דא, זיי חתונה מאכן, אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט; אזוי ווי מיר געפונען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קידושין כט:) רב חסדא האט זייער אויסגעלויבט רב המנונא פאר רב הונא אז ער איז א גרויסער מענטש, האט רב הונא געבעטן רב חסדא ער זאל אים שיקן צו אים, ער וויל אים זען, "כִּי אָתָא, חַזְיֵּיהּ דְּלָא פָּרִיס סוּדָרָא", ווען רב המנונא איז געקומען האט רב הונא געזען אז רב המנונא האט נישט קיין טלית, האט ער אים געפרעגט: "מַאי טַעְמָא לָא פְּרִיסַת סוּדָרָא", פארוואס גייסטו נישט מיט קיין טלית? האט אים רב המנונא געענטפערט: ווייל איך האב נאכנישט חתונה געהאט, "אַהֲדְרִינְהוּ לְאַפֵּיהּ מִינֵיהּ", האט רב הונא אוועק געדרייט זיין פנים פון אים און אים געזאגט: "חָזִי דְּלָא חֲזִית לְהוּ לְאַפֵּי עַד דְנָסְבַת", זאלסטו נישט קומען צו מיר, איך וויל נישט קוקן אויף דיר ביז דו האסט חתונה, ווייל: "בֶּן עֶשְׂרִים שָׁנָה וְלֹא נָשָׂא אִשָּׁה - כָּל יָמָיו בְּעֲבֵירָה", אויב מען האט נישט חתונה פאר די צוואנציג יאר וועט מען א גאנץ לעבן טון עבירות, פרעגט די גמרא: "בְּעֲבֵירָה סַלְקָא דַּעְתָּךְ", ווי קען זיין מען וועט טון עבירות א גאנץ לעבן, איינמאל מען האט חתונה איז מען דאך אפגעהיטן פון עבירות?! ענטפערט די גמרא: "אֶלָּא אֵימָא, כָּל יָמָיו בְּהִרְהוּר עֲבֵירָה", מען וועט א גאנץ לעבן האבן שלעכטע מחשבות; זעט מען אז דאס איז די עצה צו זיין ריין און אפגעהיטן.
ווער עס געדענקט די שיעורים, ווי מוהרא"ש פלעגט אויסשרייען פון זיין ריינע הייליגע הארץ מען זאל חתונה מאכן יונג די קינדער, זיי ראטעווען פון עבירות. מען האט געשפעט פון מוהרא"ש אלע יארן, עס האט אויסגעזען ווי א חלום, ברוך השם אז תלמידי היכל הקודש הייבן אן טון צו דער זאך, מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין, מען שפארט איין פאר די קינדער די לאנגע שווערע וועג.
עלטערן האבן נישט קיין אנונג וואס די קינדער גייען אריבער; מען האט שוין לאנג פארגעסן וואס א בחור איז, ווי שטארק זיי ווילן זיין גוט און זיי קענען נישט, זיי פאלן אראפ אין פגם הברית.
קוק וואס דער הייליגער ראשית חכמה שרייבט וועגן די בחור'ישע יארן (שער התשובה פרק ג, סימן י): "וּמֵהַדְּבָרִים שֶׁצָּרִיךְ הַשָּׁב לְתַקֵּן, הוּא לְתַקֵּן אוֹת בְּרִית הַפָּגוּם בְּהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", מען דארף תשובה טון אויף די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", ווייל עס איז נישטא היינטיגע צייטן א מענטש וואס ווערט ניצול פון די עבירה אין די בחור'ישע יארן, עיין שם; דאס האט ער געשריבן אין צפת פאר איבער פיר הונדערט יאר צוריק, אינעם דור פונעם הייליגן אריז"ל, ווען די שטאט צפת איז געווען אנגעפילט מיט הייליגע צדיקים, קדושים און עליונים וואס האט געברענגט א הייליגקייט אויף די גאנצע שטאט (חוץ מזה וואס להבדיל די אראבקעס זענען געגאנגען אנגעטון מיט א מורא'דיגע צניעות, אנגעטון פון קאפ ביז פיס און עס איז נישט געווען שייך צו קוקן א ראי' אסורה), טראץ דעם שרייבט ער אין יענע צייט די ווערטער: "שֶּׁאֵין אָדָם בִּזְמַנֵּנוּ נִיצוֹל מִמֶּנּוּ בְּבַחֲרוּתוֹ", אז יעדער בחור פאלט דורך אין די עבירה דורכאויס די בחור'ישע יארן; איז דאך זיכער אז אין אונזער דור ווען אלעס איז אפן און עס איז ביטער שווער צו זיין אפגעהיטן בקדושה, ווער רעדט נאך היינט צו טאגס ווען מיר האבן די ביטערע צרה אז יונגע קינדער - בחורים און מיידלעך - דרייען זיך ארום מיט טעלעפאונס, אייפאדס און טעבלעטס וכדומה, וואס מען קען זען דארט אלע עבירות פון די וועלט, איז דאך זיכער אז ווי פריער מען קען חתונה האבן וועט מען האבן שענערע יארן; דאס איז די איינציגסטע עצה! מען זאל חתונה האבן יונג ווען מען איז ריין און הייליג, ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות.
איך האב חתונה געמאכט מיינע קינדער ביי די זעכצן יאר און איך האף צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן צו קענען חתונה מאכן די איבריגע קינדער נאך פריער; דו מיינסט מען לאכט נישט פון מיר? דו מיינסט מען שפעט נישט פון מיר? אוי ווי מען לאכט, אוי ווי מען שפעט, "יָשִׂיחוּ בִי יֹשְׁבֵי שָׁעַר וּנְגִינוֹת שׁוֹתֵי שֵׁכָר (תהלים סט, יג)", אבער אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז לעבן - וועלן מיר פאלגן און טון וואס דער אייבערשטער זאגט און וואס די תורה זאגט.
איך בין א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה נעכטן נאכט, ח"י אדר, א בן זכר למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן אם ירצה ה' ביי דיר אויף שמחות.
קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, מען וועט רעדן פון דאס גרויסקייט פון יום טוב פסח; זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב אז זי זאל קענען קומען שעפן אביסל לופט צו קענען אטעמען, זי וועט באקומען פרישע כוחות צו קענען אנגרייטן אלעס פאר'ן יום טוב פסח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.