מכתב יומי

יט אדר תשפ"א

March 03 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דער תם האט געזאגט פאר'ן חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "זע צו וואס מיין תמימות האט מיך געבראכט צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט"; ווייל דער יסוד אין אידישקייט איז תמימות ופשיטות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ובפשיטות, מיט אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן און גייען אין די וועגן פון די תורה.


די אלע וואס גייען בתמימות ובפשיטות - די דערהאלטן זיך; מען האט געזען אין אלע דורות, די אלע מקורבים וואס האבן זיך געפירט מיט תמימות - די האבן זיך דערהאלטן, זיי מיט זייערע קינדער - אלע זענען געבליבן ברסלב'ע חסידים און די וואס האבן זיך געהאלטן קלוג, די לצים וכו' - פון זיי איז נישט געבליבן קיין זכר רחמנא לצלן.


דערפאר זאלסטו שטענדיג חזר'ן די ווערטער פונעם הייליגן תם: "זע צו וואס מיין תמימות האט מיך געבראכט צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט", דער תם איז אנגעקומען צו די גרעסטע מדריגות, ער איז געווארן דער מיניסטער איבער אלע מיניסטארן.


ברוך השם עס איז שוין ממש אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט, אינדערפרי וועט מען לויפן צו ברית'ן און נאכמיטאג וועט זיין חתונות; מיר גייען פון איין שמחה צום צווייטן.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה א בן זכר למזל טוב, איך ליידן דיר צום שלום זכר, עס וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דעם שבת קודש פרשת פרה אין ישיבה.


נעכטן בין איך געפארן אין שטעטל, עס איז געווען א שבע ברכות; אויפ'ן וועג בין איך אריינגעפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך המפיץ ... נרו יאיר, ער האט געמאכט ברית'ן פאר זיין צווילינג. ער האט א נאמען געגעבן פאר די קינדער נחמן נתן און יואל, פאר איין קינד נאך דעם הייליגן רבי'ן ותלמידו רבי נתן און דעם צווייטן קינד נאכן הייליגן סאטמאר רבי זכותם יגן עלינו.


מיר גייען אין די וועגן פון די הייליגע צדיקים, אונזערע מוסדות זענען געבויט אויף זייער וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין צוגעקלעבט אונזער גאנץ לעבן צום הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זוכה זיין צו אלע תיקונים.