מכתב יומי
יח חשון תשפ"ו
November 09 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואו האסטו געהערט די נייע אותיות פון בי. פי. די? זאג מיר, וואו שטייט אין גמרא די אותיות? ביי וועלכע צדיק האסטו געהערט די זאך? פארוואס ארויפלייגן די עי בי סי אויף דיין ווייב? פארוואס זאלסטו נישט נעמען די וועג פון הייליגן רבי'ן, די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז א ווייב דארף מען פרייליך מאכן און געבן גוטע ווערטער? און אז זי שרייט און זי בלאזט זאל מען ווייטער העלפן און ווייטער רעדן מיט ליבשאפט; נישט איר אפשטעמפלען מיט עי. בי. סי.
אז דו וועסט העלפן דיין ווייב מיט די שטוב ארבעט, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער, דו וועסט זיך מיט איר נישט טענה'ן וכו' וכו' - וועסטו זען ווי די אלע עי. בי. סי. מיט די נומערן וואס מען לעבלט מענטשן - צעפאלן, די שכינה וועט רוען אין שטוב, און אלע ברכות וועלן קומען צו דיר.
זאג דיין ווייב גוטע ווערטער, זאג איר דו האסט איר ליב, האב נישט מורא צו געבן א גוט ווארט, די גאנצע שטוב וועט אויפשיינען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.