מכתב יומי
טו חשון תשפ"ו
November 06 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס האסטו מיט א צווייטן? וואס קוקסטו אויף א צווייטן? אודאי אז מען קוקט אויף דעם און יענעם האט מען חלישות הדעת, יעדן טאג א פרישע בלבול, פרישע מעשיות; אבער דער וואס קוקט אויף זיך, ער קוקט 'וואס באקום איך ביים רבי'ן? וואס קויף איך דא איין?' - דער ווערט נישט צעטומלט.
דערמאן זיך פארוואס דו ביסטו געקומען צום רבי'ן, דערמאן זיך די סיבה; האסט געזוכט א וועג ווי צו זיין א איד, א וועג ווי צו קענען לערנען תורה, א וועג ווי צו קענען האבן שלום בית, און דאס האסטו געפונען, איז וואס דארף דיך שטערן דאס און יענץ? פארגעס נישט פארוואס דו ביסט בכלל געקומען צום רבי'ן, פארגעס נישט ווי אזוי דו ביסט געקומען, ביי דיין התקרבות האט דיר גארנישט אינטערעסירט, נישט יענקל, נישט געצל, נישט גרונם, האסט נאר געוואלט הערן נאך א שיחה, נאך א דיבור, נאך א ווארט, נאך אן אטעם פון רבי'ן, איז וואס איז יעצט געשען מיט דיר?
געדענק וואס דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט זאל אייך נישט אפנארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", ווייל די וועלט נארט זייער; נאך האט דער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד), אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר, און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף די וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט ניצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט.
געב זיך אכטונג פון לצים, אפילו בתוכינו. בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן מיט אפגעקילטע מקורבים, דער רבי האט געזאגט אז דער אפגעקילטער מקורב איז זייער א גרויסע סכנה, מען כאפט זיך נישט אז מען דארף זיך היטן, און מען שמועסט, מען לאכט, מען הערט ווערטלעך, און די ווערטל קילט אפ אז מען קען מער נישט הערן די חיזוק און די הדרכה וכו'.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.