מכתב יומי
יח חשון תשפ"ז
October 29 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה פון החתן וואלווי נרו יאיר, א זון פון אונזער טייערער גבאי פון אונזער בית המדרש אין בני ברק און חבר הנהלה פון די מוסדות אין ארץ ישראל, מיט די כלה א טאכטער פון מיין שוואגער.
די חתונה איז געווען אזוי שיין און אזוי הייליג, אזא שאד אז אנדערע קהילות מאכן דאס נישט נאך, צו מאכן חתונות אין שול, אזוי ווי כלל ישראל האט געמאכט אין אלע דורות, אזא שאד אז אידישע קינדער גייען אריבער אזויפיל צער און יסורים בעת שמחתם, די שמחה איז נישט בשלימות, מען קען נישט נעמען די שווערע לאסט פון חתונה מאכן, עס דריקט ביים הארץ השם ירחם; וואס זאל איך דיר זאגן, יעדע מאל עס איז דא א חתונה אין ישיבה דאנק איך דעם אייבערשטן אז איך האב זיך דערוואוסט פון צדיק, איך בין געקומען צום צדיק מוהרא"ש, און ער האט אונז געגעבן טראפלעך שכל, זיך נישט נאריש צו מאכן און נישט ווערן בעלי חובות פאר גארנישט און פאר נישט.
היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך וויל דיך זען ביים שיעור, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך נישט נאך לאזן, והעיקר איז מען זאל זיך מחזק ביים שיעור ווי אזוי צו מאכן שיינע שבתים אין שטוב, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן זיין פרייליך שבת (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז).
איך וויל דיך מחזק זיין אז ביי די סעודות זאלסטו זיך שטארקן צו זינגען זמירות, ווייל וויסן זאלסטו, זינגען זמירות איז די יסוד פון אידישקייט, ווייל: "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות (שם, סימן יב); דער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות פון פשוט'ע ערליכע אידן, און פלעגט אונז זייער אנזאגן אז מיר זאלן זינגען זמירות אום שבת, "וְהָיָה מַקְפִּיד וְכוֹעֵס מְאֹד עַל מִי שֶׁהוּא חָכָם בְּעֵינָיו וְאֵינוֹ מִתְאַמֵּץ לְזַמֵּר זְמִירוֹת בְּשַׁבָּת וּבְמוֹצָאֵי שַׁבָּת אוֹ שְׁאָר עֲבוֹדוֹת פְּשׁוּטוֹת", און פלעגט זייער מקפיד זיין אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה און אנדערע פשוט'ע עבודות. "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד, (שם, סימן קד).
וויסן זאלסטו, שבת איז די צייט וואס א טאטע דארף אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו די תורה און א ליבשפאט צו זיין א איד, ווייל א גאנצע וואך איז מען טרוד - יעדער איינער מיט זיינע טרדות, מען איז פאריאגט און פארפלאגט, מען האט נישט די ישוב הדעת זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, אבער ווען עס קומט שבת - 'בא שבת בא מנוחה', האט מען צייט, מען זיצט מיט די משפחה ביי די סעודות, איז דעמאלט א גוטע צייט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער; דער עיקר פון וואס איז וויכטיג צו רעדן איז פון 'פשטות יהדות', פון דאס גרויסקייט פון זיין א איד, און אז דער אייבערשטער האט אונז זייער ליב, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, און אז מען קען בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך. אויך איז גוט צו רעדן שבת ביי די סעודה פון דאס שיינקייט פון צניעות, אז דאס איז די שענסטע מתנה פאר אידישע טעכטער, ווייל שבת ביי די סעודה איז דא א השראת השכינה, עס גייט אריין די דיבורים פון די עלטערן אין די הערצער פון די קינדער.
ביי די סעודה זאלסטו נישט שרייען אויף די קינדער און חס ושלום שלאגן די קינדער, דער רבי האט נישט געהאלטן פון שלאגן קינדער. אמאל איז געווען א מעשה ביי רבי נתן, ער האט אהיים גענומען פרייטאג צו נאכטס א גאסט צו די סעודה, דער גאסט איז געווען א נאכגעלאזטער מענטש, עס איז געגאנגען א שלעכטע ריח פון אים, און עס זענען געקראכן אויף אים לייז מיט ווערעם, רבי נתנ'ס זון האט נישט געוואלט אריינקומען צו די סעודה זיצן נעבן אזא מענטש, האט רבי נתן אים געגעבן א פאטש און אים געהייסן קומען צו די סעודה, שפעטער האט אים דער רבי פארגעהאלטן און אים געזאגט: "היתכן, א קינד שלאגט מען? מען שלאגט נישט קיין קינדער, און אויך זאלסטו מער נישט נעמען אזאנע געסט וכו'"; דער רבי האט געהאלטן אז מיט גוטן קען מען בעסער אויפטון ווי מיט בייזן און זיכער נישט שלאגן.
אויך זאלסטו זיך זייער היטן פון זיך קריגן מיט דיין ווייב, און חס ושלום נישט ווערן בכעס, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון מח, פה ע"א) אויפן פסוק (שמות לה, ג): "לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכָל מוֹשְׁבוֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת", לייגט דער זוהר צו איין ווארט: 'הכעס', 'לא תבערו אש הכעס', נישט אנצינדן די פייער אין זיך פון ווערן בכעס, דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר תיקון כד, סט ע"ב) אז מען צינדט אן די פייער אין זיך, מען ווערט בכעס, מען הייבט אן ברענען - צינדט מען דעמאלט אן די פייער אין גיהנום רחמנא לצלן; זאלסטו זיך זייער היטן נישט צו ווערן בכעס, נישט מאכן קיין מחלוקת. זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, און אז זאכן גייען נישט ווי אזוי דו ווילסט, און אז מען טוט נישט אין שטוב אזוי ווי דו האסט געזאגט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, נאר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און נישט אפלאזן דאס זיין פרייליך פאר קיין איין רגע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.