מכתב יומי
יט חשון תשפ"ז
October 30 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווען עס קומט דער הייליגער שבת דארף מען זיך זייער פרייען אז מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן אזא שיינע מתנה דעם שבת קודש, אז מיר זענען זוכה צו היטן שבת און צו מכבד זיין דעם הייליגן שבת.
מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת י:), דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, איך האב א שיינע מתנה פאר אידישע קינדער: 'שבת קודש', גיי זאג זיי פון די שיינע מתנה; יעדע וואך ווען עס קומט נאכאמאל דער הייליגער שבת - דארף מען זיך זייער פרייען אז דער אייבערשטער האט אונז ליב און געבט אונז יעדע וואך די מתנה, דעם הייליגן שבת.
מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת, און מען זאל נישט קומען צו קיין כעס און קריגערייען, ווייל יעדע מאל עס קומט א הייליגע צייט - קומען די קליפות און ווילן דאס צונעמען פונעם מענטש, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע ערב שבת ווערט א טומל און א אנגעצויגנקייט אין שטוב, דאס קומט פון די קליפות וואס פארגינען נישט דעם איד ער זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת און דורכדעם ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, דער חיד"א זאגט (מורה באצבע, סימן קמ), יעדע ערב שבת איז דא א קליפה, א 'שד' - וואס קומט אין שטוב און זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט ווערן בכעס און זיך נישט קריגן.
על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, יעצט ווען עס קומט שבת קודש - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך א גאנץ שבת, און גיי אין מקוה זיך טובל'ן לכבוד שבת, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, און אויך אויב א גאנצע וואך ביסטו טרוד און דו קומסט נישט אן צו גיין יעדן טאג אין מקוה - זאלסטו אבער ערב שבת נישט פארפעלן צו גיין אין מקוה אז דו זאלסט קענען מקבל זיין דעם שבת מיט גרויס שמחה, אויך זאלסטו מיט נעמען מיט דיר אין מקוה דיינע קינדער, און אפילו עס איז דיר גרינגער צו גיין אן די קינדער - זאלסטו זיי מיט נעמען, און זיי אויסלערנען צו זיין איידל אין מקוה, נישט צו רעדן, און זיך אויסדרייען צום וואנט, אזוי וועט דיר זיין גרינגער שפעטער ווען זיי וועלן עלטער ווערן; זיי וועלן זיך פירן ערליך און איידל.
זע אנצוגרייטן די לעכט, און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת כג.): "הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים" דער וואס צינדט שבת לעכט וועט האבן קינדער תלמידי חכמים, און די מפרשים זאגן שוין (עיין תוספות רבי עקיבא איגר במשניות שבת פרק ב, משנה ו), אז דאס מיינט מען דער וואס גרייט אן די לעכט און מאכט עס שיין און איז מתפלל פאר גוטע ערליכע קינדער, דער איז זוכה צו דעם; און ווען דיין ווייב צינדט די לעכט און זי בעט פאר ערליכע קינדער - זאלסטו אויך בעטן דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל מיט די נסיונות פון די היינטיגע דור פאלן נעבעך אוועק פון גאר גוטע קינדער, און נאר מיט תפילה, מיט בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות - איז מען זוכה צו ערליכע דורות.
א פרייליכן שבת.