מכתב יומי

יח כסלו תשפ"ו

December 08 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכות יגן עלינו, דעם רבינ'ס פעטער.


ביי די ברית פון רבי'ן, ווען מען האט א נאמען געגעבן דעם רבי'ן 'נחמן', האט זיך דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל זכותו יגן עלינו אנגערופן: "'נחמן', אויף דעם וואס שטייט אין פסוק (בראשית ה, כט) 'זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵׂנוּ, וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ, מִן הָאֲדָמָה, אֲשֶׁר אֵרְרָהּ ה'', און די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין קיג:) אז פון דעם פסוק זעען מיר, ווען עס קומט א צדיק אויף די וועלט – 'טובה בא לעולם'", און דעמאלט איז די מאמע פון רבי'ן, די שוועסטער פון רבי ר' ברוכ'ל, צוגעגאנגען צו איר ברודער און אים געבעטן: "ברוכ'ל ווינטש אים אן מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער צדיק רבי ברוכ'ל זיך אנגערופן: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים" (קוק נאך די מעשה אין ספר פעולת הצדיק, אות כב); זעט מען פון דעם אז די נשמה פון רבי'ן איז לכתחילה אזוי אראפגעקומען אויף וועלט, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש), אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן צום בית דין של מעלה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפקומען אויף די וועלט.


עס איז דא אסאך צו דערציילן פון דעם הייליגן צדיק, דער עיקר וואס מיר דארפן זיך אפלערנען אויף למעשה, איז זיך צו דערהאלטן און נישט אויפגעבן. די צדיקים האבן געהאט שרעקליכע ביטערע נסיונות, און נאר צוליב דעם וואס זיי האבן זיך דערהאלטן האבן זיי זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אמאל ביי א שמועס מיט אנשי שלומינו, אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות, און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; ווייל אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען שווערע ביטערע נסיונות, און ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן - זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.