מכתב יומי
יט כסלו תשפ"ו
December 09 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שוין לאנגע יארן, שוין איבער צוואנציג יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' צו זיצן מיט תלמידים, בני הנעורים, קינדער, בחורים און אינגעלייט, און אלע האבן דעם טעות, ממש אלע ליגן אין די טעות אז פאר די צדיקים איז געגאנגען גרינג און גוט, און נאר מיר דארפן זיך מוטשען, ווען עס איז נישט וואר, עס איז פארקערט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", ווי גרעסער דער מענטש איז - אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער; און דער רבי האט דערציילט ווי שווער אים איז געגאנגען, די ביטערע נסיונות וואס ער האט געהאט, און די גרעסטע נסיון איז אים געווען אז ער האט געשפירט ווי מען דארף אים נישט, ווי מען שטופט אים אוועק.
דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּה, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך.
"וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלֹא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן, אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.
היינט איז די יארצייט פון מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, [רבי דוב בער בן רבי אברהם]; וואלסטו געוואוסט וואס פאר א יסורים דער צדיק איז אריבער אין לעבן, וואס פאר אן עניות און יסורים אויף די פיס ער האט געליטן - וואלסטו נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ער האט דאס געקענט אריבערגיין. אויך איז היינט די טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז ארויס פון תפיסה; וואס די צדיקים זענען אריבער אין זייער לעבן, וואס פאר א רדיפות... און דאך זענען זיי שטענדיג געלאפן צום אייבערשטן; דאס דארפן מיר זיך לערנען פון זיי אויף לעובדא ולמעשה, נישט צעפאלן ווערן ווען עס גייט אריבער אויף אונז וואס עס גייט אריבער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.