מכתב יומי

יח שבט תשפ"ה

February 16 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס צו טון ווייטער ווען איך קען נישט באצאלן אין צייט מיינע איינגעשטעלטע אין די מוסד; איך האב דיר שוין אזוי סאך מאל געשריבן אז מיט שכר לימוד קען מען זיך נישט ארום שפילן, און איך רעד צו טויבע אויערן.


וואס זאל איך טון אז איך קום די איינגעשטעלטע געלט? זאל איך בארגן? און ווער וועט עס באצאלן? דו ווייסט אין וויפיל חובות איך ליג שוין פון די מוסד? ווי קענסטו דאס טון צו מיר?!


איך וויל דיר שרייבן חיזוק, איך וויל דיר שרייבן שיינע זאכן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נעכטן איז געווען די יארצייט, די צענטע יארצייט; אבער די קאפ איז מיר איבערגעשטרענגט פון נישט קענען צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, און פון נישט קענען קויפן נאך א באס פאר די קינדער, און פאר די טיטשערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.