מכתב יומי
יט שבט תשפ"ה
February 17 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר קלאר זאגן, איך קען נאר האלטן דיינע קינדער אין די מוסד אויב דיר אינטערסירט עס, אויב דיר אינטערסירט נישט די מוסד, צאלסט נישט קיין שכר לימוד - קען איך נישט האלטן דיינע קינדער.
איך וויל דיר שרייבן פון רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון מוהרא"ש, איך האב דיר אזויפיל צו דערציילן פון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אבער מיין קאפ איז מיר צעדרוקט פון דארפן צאלן די איינגעשטעלטע. איך האב אראפגענומען פון די מוסד אלע זייטיגע זאכן, ביז יעצט האט די מוסד אלעס געצאלט, די ילד שעשועים, די שאטל, די מקוה טהרה, די מצה בעקעריי, אלעס איז געגאנגען פון איין גרויסע קאסע, איך האב אלעס אראפגענומען פון די מוסד, איך אליין ברעך זיך קאפ צו קענען דעקן די הוצאות פון די קהילה, אבי די מוסד - דאס מיינט נאר די צוויי זאכן 'חדר' און 'בית פיגא' - זאלן קענען צאלן צייטליך די איינגעשטעלטע און קענען האבן געלט צו קויפן באסעס ווען מען דארף, צו קענען לייגן א טרעקער אויף די באסעס אז די מאמעס זאלן נישט ווערן פארפרוירן אין די פרעסטיגע ווינטער, און נאכאלץ קען איך נישט צאלן צייטליך און נישט קויפן באסעס; איך קום די איינגעשטעלטע אזויפיל געלט.
היתכן אז דו צאלסט נישט שכר לימוד? צו וועם זאל איך גיין בעטן געלט אז די עלטערן אליין מאכן זיך נישט וויסנדיג? פון פרעמדע? פון מיין משפחה פון קארלסבורג? פון וועם?! איך ווייס נישט וואס צו טון ווייטער, זאל איך זיך אריינזעצן אין אפיס רופן פאר שכר לימוד? זאל איך ווערן א דרייווער פאר די באס?