מכתב יומי
יט אב תשע"ח
July 31 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט די מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת, און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ. רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ; כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת, בִּבְחִינַת: "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי קומט מען צו ישוב הדעת און מען ווערט אן ערליכער איד.
מיר האבן מיט וואס צו זיין פרייליך אז מיר האבן אזא רבי; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קעז): "רָאוּי לָכֶם לִשְׂמֹחַ בִּי, מַה שֶּׁזְּכִיתֶם שֶׁיִּהְיֶה לָכֶם רַבִּי כָּזֶה", איר דארפט זיך זייער פרייען אז איך בין ענקער רבי; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר; ברוך השם מיר פארן שוין צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מיר האבן אויך זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, דארפן מיר זיין זייער פרייליך.
א רחמנות אויף די מענטשן וואס ווייסן נישט פון רבינ'ס עצות; א רחמנות אויף דעם מענטש וואס ווייסט נישט און טראכט נישט וואס וועט זיין ביים סוף, עס קומט א טאג וואס מען לאזט אלעס איבער, אלע חברים'לעך אלע שמועס'עלעך - אלעס ענדיגט זיך און מען דארף צוריק גיין צום אייבערשטן, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען אלע פרקים משניות און דפים גמרא וואס מען האט אריין געכאפט יעדן טאג, אוי וועט דאס זיין חשוב, אבער דעמאלט וועט שוין זיין אביסעלע שפעט.
וואויל איז דעם מענטש וואס האט געפאלגט דעם רבי'ן און יעדן טאג געגעסן פרקים משניות און געטרינקען אביסל תהילים (שיחות הר"ן, סימן כג).
זיי מתפלל פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל שולע. יעצט ענדיגן מיר צען יאר ישיבה; צען יאר זיצן מיט בחורים פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט איינער אליין. ווען איך האב נישט קיין כח טראכט איך פון מוהרא"ש - דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין.
איך דארף יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל דאס קענען ענדיגן בויען. ווען איך קוק אויף צוריק וואונדערט מיר ווי אזוי מיר האבן געקענט אנקומען ביז אהער, דאס איז נאר דער אייבערשטער וואס העלפט אונז און אין זכות וואס איך האב משמש געווען מוהרא"ש די פאר יאר העלפט מיר דער אייבערשטער ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.