מכתב יומי

כ אב תשע"ח

August 01 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן דיין ווייב; זי איז איבערגעשטרענגט מיט די קינדער.


זוך נישט קיין תירוצים ארויס צו לויפן פון שטוב; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט חתונה געהאט, פארוואס זאלסטו זיך זוכן צו אנטלויפן מיט חברים?! געב א קוק, ווער זענען דיינע חברים? מענטשן וואס האבן נישט קיין שטוב, זיי האבן נישט קיין געפיל צו זייער אייגענע ווייב און קינדער, דערפאר זוכן זיי זיך יעדע נאכט וואו צו פארברענגען - אבי נישט צו זיין אין שטוב. דו ביסט דאך מער פון זיי, גיי ענדערש אהיים.


איך האף אז דו וועסט אהיים גיין צו דיין ווייב און קינדער ווי איידער פארברענגען מיט כלומר'ישע חברים; געב א קוק וויפיל מאל דו האסט שוין געטוישט חברים, יעדע יאר האסטו אנדערע חברים, צום סוף ווען זיי דארפן דיר נישט לאזן זיי דיר אפ; זיי לאכן פון דיר און רעדן אויף דיר אלע שלעכטס.


איך בעט דיר תלמידי היקר ... נרו יאיר, אז דו ביסט מקורב געווארן אין היכל הקודש, זאלסטו פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג אנגעזאגט, מיר זאלן געדענקען אז א מענטש האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, א מענטש איז איינער אליין, די איינציגסטע זאך וואס מען נעמט מיט - איז חינוך הבנים והבנות; אויפציען קינדער זיי זאלן ליב האבן אידישקייט, זיי זאלן ליב האבן טאטע מאמע - אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונט.


איך בעט דיר נאכאמאל, אויב דו קענסט מיר העלפן מיטן בנין אין אומאן אז מיר זאלן קענען זיין דעם ראש השנה אינעם נייעם בנין.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן דאווענען פארן עמוד; די יאר וועל איך אם ירצה ה' דאווענען שחרית און מוסף. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות, מיר זאלן זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה.