מכתב יומי

יט אב תשפ"ג

August 06 2023

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי עוסק אין צוזאמנעמען געלט פאר די מוסד; איך בעט דיר נישט דיין אייגענע געלט, איך בעט דיר זאלסט גיין נאך געלט. עס שטייט פון צדיקים, ווער עס גייט נאך געלט - איז מתקן אלע עבירות, גיין נאך געלט איז מזכך דעם מענטש.


שעם זיך נישט צו גיין נאך געלט, אין די פאר שעה ביז מיר ענדיגן דעם קאמפיין קענסטו נאך העלפן די מוסד; אז אלע זאלן זיך אביסל אנשטרענגען קענען מיר אנקומען צום ציל.


אזויפיל מענטשן נעמען זייער גאנצע חיות פון רבי'ן, זיי לעבן אויף די שיעורים, זיי לעבן אויף די חיזוק פון די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש; זיי וואלטן ווען געוואלט האבן א חלק אין די מוסד, זיי ווארטן מען זאל זיי בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 


---


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


א יישר כח פארן העלפן די מוסד, פארן עוסק זיין אין צוזאמנעמען צדקה; מען קען מיטהאלטן בערך וויפיל מען איז אנגעקומען, מען האלט שוין ביי צען טויזנט נדבות, איבער צען טויזנט מאל האט מען געבעטן צדקה פון מענטשן, דאס איז זייער א שיינע סכום.


היינט נאכט וועט זיין א מסיבה פון הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן געהאלפן מיט די צדקה קאמפיין, אינאיינעם מיט א שיעור הכנה לאומאן; מיר וועלן זיך גרייטן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


אלע נערוון קראנקהייטן קומען פון חסרון אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; אזוי אויך אלע שלום בית פראבלעמען קומען פון דעם וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט פונעם אלופו של עולם, מען נעמט ארויס פון 'גאט' דעם אות א' - ווערט גט; זאלסטו אסאך חזר'ן אמונה - וועסטו נישט האבן מיט די נערוון, און דו וועסט זוכה זיין צו (סוטה יז.): "שכינה ביניהם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.