מכתב יומי

כב אב תשפ"ג

August 09 2023

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל.


עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע.


מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן.


 


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען פארנומען, איך בין אריינגעפארן קיין בארא פארק באזוכן מיין טאכטער, זי האט געהאט א אינגל למזל טוב. איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי און צוריק געקומען שפעט ביינאכט. "מָה אָשִׁיב לַה', כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי", איך בין אזוי דאנקבאר דעם אייבערשטן, ער געבט מיר אזויפיל גוטס און אזויפיל נחת; דוד המלך פרעגט, וואס קען איך צוריק טון פארן אייבערשטן - "כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי? כּוֹס יְשׁוּעוֹת אֶשָּׂא וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא", איך וועל רעדן צו אים און אים לויבן; מיט דעם צאלט מען צוריק כביכול דעם אייבערשטן.


איך וואונטש דיר בעת שמחה: "דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו שמחות מיט שמחה ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, זאלסט זיך דערהאלטן ביים רבי'ן, זאלסט נישט האבן מיט קיין ליצנות צוטון, זאלסט זיך נאר חבר'ן מיט אנשים תמימים וואס לעבן מיט תמימות ופשיטות".


אויך דאנק איך דיר פארן גיין נאך געלט פאר די מוסד. איך האף אז דאס איז נאר דער אנהויב, דו וועסט ממשיך זיין א גאנץ יאר עוסק זיין אין צוזאמנעמען געלט; גיין נאך צדקה איז מתקן אלע פגמים און מען איז זוכה צו א טלית נאה בגן עדן, צו שיינע קליידער אויבן אין הימל.


עס איז זייער געשמאק אין שטעטל. מיטן אייבערשטנ'ס הילף זענען מיר דא נאך צוויי וואכן, די בחורים פארן אהיים מיטוואך כי תצא און איך און מיין משפחה וועלן צוריק פארן קיין שטאט זונטאג כי תבוא לאומאן. איך וויל זייער בלייבן אין שטעטל, אבער מיר האבן נאכנישט גרייט א פלאץ פאר די בחורים, וואו די ישיבה זאל זיין.


האסט שוין געלערנט היינט א פרק משניות? א בלאט גמרא? זע צו זיין א סוקסעספול מענטש; א פרק משניות א טאג, א בלאט גמרא א טאג - איז סוקסעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.