מכתב יומי

יט אייר תשפ"ב

May 20 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, ל"ד בעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש אמעריקע, ה' עליהם יחיו


בדרך כלל שרייב איך א בריוו ערב שבת קודש פאר די שול'ן אין ארץ ישראל, זיי ליינען דאס פאר ביי שלש סעודות, איך שרייב נישט פאר די שול'ן אין אמעריקע, ווייל תענוג תמידי אינו תענוג; די ארץ ישראל'דיגע פרייען זיך צו הערן אז עס איז דא א בריוו, זיי הערן זיך גוט צו.


יעצט ווען איך געפון זיך אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, ווילט איר הערן וואס טוט זיך, וואס זאגט דער ראש ישיבה, איר ליינט יעדע בריוו מיט דורשט; וועל איך אייך שרייבן אפאר ווערטער.


מיר שטייען יעצט אין די הייליגע צייט פון ל"ג בעומר, די גאנצע וועלט פריידט זיך מיט די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי; דארפן מיר חזר'ן וואס מוהרא"ש זאגט אונז, דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין די אידרא (זוהר נשא, קכח.): "אֲנָן בַּחֲבִיבוּתָא תַּלְיָיא מִלְּתָא", אונזער זאך איז זיין באחדות, זיך ליב האבן; מוהרא"ש זאגט, רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען אזעלכע סודות התורה בזכות האחדות, און אז מיר וועלן זיך ליב האבן וועלן מיר אויך זוכה זיין צו גרויסע זאכן.


צו דעם קען מען נאר זוכה זיין אז מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות פון תפילה והתבודדות, ווייל יעדער איינער האט אין זיך בלוט וואס איז נישט אויסגעאיידלט, עס איז פול מיט שלעכטס, דאס ברענגט קנאה, שנאה, רציחה און מחלוקות – השם ישמרינו, די בלוט דארף מען אויסארבעטן דורך תפילה והתבודדות און לימוד התורה.


אז מען איז זיך מתבודד – קומט ארויס די שלעכטס, ביז מען ווערט ריין. מען דארף שוין גארנישט, מען וויל שוין גארנישט – נאר דעם אייבערשטן.


טייערע אנשי שלומינו, דא אין מירון ביי רבי שמעון איז א מורא'דיגע פרייד, מען שפירט א מורא'דיגע שמחה און אחדות, ל"ג בעומר טאנצט מען דא, אלע סארט אידן טאנצן שעות אויף שעות אינאיינעם, א זאך וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש, בפרט די יאר איז געווען אן אויסנאם פון שמחה, נאכדעם וואס מען איז געווען דערשראקן אז מען גייט נישט קענען קומען; די אלע וואס האבן זוכה געווען צו זיין דא האבן זיך אזוי מאחד געווען, מיט א גרויסע שמחה.


דארפן מיר זיך פארנעמען אין אזא הייליגע צייט צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן, און אז מען שפירט מען קען נישט ליידן א צווייטן – דארף מען גיין שרייען: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן שכל, עס זאל מיר נישט אינטערעסירן גארנישט אויף די וועלט אויסער דיר, איך זאל נישט נערוועז ווערן פון א צווייטן, איך זאל זיך נישט מבלבל זיין פון א צווייטן, איך זאל זען נאר גוטס ביי אידישע קינדער".


נאך א זאך איז דא וואס איידלט אויס די בלוט – לימוד התורה; דאס לערנען משניות און גמרא. ווי מער פרקים משניות מען לערנט, ווי מער בלעטער גמרא מען זאגט – אלץ מער ווערט מען מיושב, מען הויבט אן זען וואס איז תכלית, מען האט פלאץ אין הארץ פאר אנדערע, מען קען לעבן בשלום מיט יעדן איינעם.


שבת בין איך אין מירון, נאך שבת וועל איך זיין אין יבנאל ביי מוהרא"ש און זונטאג נאכט וועל איך זיין אין ירושלים, איך וויל זיין א טאג מיט אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. זיי זענען נאכנישט אלט, זיי זענען פריש, איך האף זיי וועלן בלייבן פריש; זייער קאפ טראכט נישט פון זיך באקוועם מאכן, זיי טראכטן פון הפצה; 'נאך א איד זאל וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות'.


איך קען נישט גיין צווישן מענטשן ווייל וואו איך גיי און שטיי קומען מענטשן זאגן ווי זייער לעבן האט זיך אנגעהויבן פונדאסניי זייט זיי הערן די זיסע עצות פון רבי'ן און דורך די בריוו וואס זיי ליינען.


מיר דארפן צוריק פריש ווערן.


א פרייליכן שבת.