מכתב יומי

כא אייר תשפ"ב

May 22 2022

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ב אייר, ל"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך פאר אם ירצה ה' מארגן צוריק קיין אמעריקע, איך בענק זיך שוין נאך דיר, איך האף דו שטארקסט זיך, דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם.


דא אין ארץ ישראל האט מען שוין די וואך געזאגט: "חזק, חזק!" אין אמעריקע גייט מען די וואך ענדיגן ספר ויקרא; זע דו אויך שוין היינט אנהויבן די פרשה, שנים מקרא ואחד תרגום. מוהרא"ש זאגט, א וואך וואס מען איז מעביר סדרה האט מען הצלחה, און א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה - האט מען א שאדן. עס איז נישט כדאי דאס צו פרובירן, אויסלאזן אפילו איין וואך אן מעביר סדרה זיין.


משניות וועט דיך רייניגן פון אלעס שלעכטס, משניות רייניגט פון טומאה וזוהמה. לכל הפחות זאג איין פרק משניות און א בלאט גמרא יעדן טאג.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד, ער האט צוואה געלאזט זיינע קינדער זיי זאלן לערנען משניות פאר זייער נשמה: "איך האב שוין געלערנט גענוג פאר מיר, פאר מיין נשמה, איר דארפט נישט לערנען פאר מיר, לערנט פאר ענקער נשמה".


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן בזה העולם.