מכתב יומי

יט סיון תשפ

June 11 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט וועט פארקומען דער וועכענטליכער שיעור פאר אינגעלייט; קום צום שיעור, לאמיר זיך אויפפרישן מיט די גוטע עצות פון רבי'ן. מען גייט היינט נאכט גארנישט מחדש זיין קיין פרישע חידושים, מען גייט זיך אליינס מחדש זיין; דאס איז דער גרעסטער חידוש, אז מען קען זיך אליינס נאכאמאל באנייען.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מען גרייט שוין אן די וואסער אין אומאן; מען האט יעצט געגראבן פרישע וואסער באסיינען צו קענען אנגרייטן וואסער, כדי עס זאל זיין גענוג וואסער פאר די גאנצע עולם וואס קומט אויף ראש השנה קיין אומאן.


איך שיק דיר דא אפאר בילדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.