מכתב יומי

יז סיון תשפ

June 09 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


דער זומער איז אנגעקומען און מען דארף גרויס רחמים אז מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געוואוינט אויף דעם גאס וואו עס האט זיך געפונען דער מארק; ער האט שטענדיג געהאלטן די פענסטער און פירהאנג פארמאכט און ער איז קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום פענסטער קוקן וואס טוט זיך אין גאס. איינמאל זיצנדיג אין שטוב בשעת'ן שרייבן חידושי תורה האט ער געהערט הויכע קולות פון גאס - אנדערש ווי געווענליך, האט ער אראפ געלייגט דעם פעדער און געוואלט גיין קוקן וואס עס גייט פאר, ווען ער האט זיך שוין אויפגעשטעלט צו גיין קוקן האט ער אנגעכאפט דעם טיש און געזאגט צו זיך אליין: "נתן נתן... איין קוק ווייניגער אויף די וועלט איז פארט בעסער", און ער האט זיך צוריק אראפ געזעצט.


די איינציגסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון ראיות אסורות איז אז מיר זאלן נאכאמאל בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן".


נעכטן אינדעפרי בין איך געווען אין אוהל, איך האב געבעטן פאר דיר.


מיט התבודדות איז דער לעבן אזוי געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.