מכתב יומי

יט סיון תשפ"ד

June 25 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זיין זומער אין שטעטל קרית ברסלב. די פלענער זענען אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן, די פלענער זענען אז די ישיבה וועט זיין דורכן טאג אין מחנה אילן החיים, דארט וועל איך לערנען מיט די בחורים. די יאר וועט די שיעורים ביינאכט זיין אויסדריקליך פאר די בחורים, אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן, און אם ירצה ה' ליל שישי וועט זיין דער שיעור אויסדריקליך נאר פאר אינגעלייט. אויך וועט נישט זיין יעדע וואך א מלוה מלכה, נאר געציילטע מאל. אויך וועט זיין די באטע פרייטאג צו נאכטס - נישט אין שול, נאר ביי מיר אין שטוב, נאר פאר מענער.


די קהילה וואקסט, דארף מען עס אוועק שטעלן ריכטיג; באזונדערע שיעורים פאר בחורים, באזונדערע שיעורים פאר אינגעלייט, אזוי וועלן אלע מרוויח זיין, און איך בעט מען זאל נישט אויסמישן די יוצרות וכו'.


היינט האב איך געגעבן א שמועס לכבוד די סיום מסכת בבא מציעא דורכן טעלעפאן פאר די וואס לערנען דעם בלאט גמרא אין ירושלים ביי די שיעור אין אונזער שול, אויך אין ישיבה האבן מיר מסיים געווען מסכת בבא מציעא. שוין די דריטע מאל וואס איך לערן פאר ש"ס כסדרן; ווי האב איך זוכה געווען צו דעם? נאר דורכן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). איך געדענק איך בין געווען א קינד, א בחור, איך האב געטראכט 'ווען וועל איך קענען נאכזאגן א שטיקל גמרא? ווען וועל איך קענען לערנען גמרא?' און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, איך האב געטראפן א קליין ספר'ל "אשר בנחל", און דורכדעם זיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן און גענומען דעם סדר דרך הלימוד בתמימות ופשיטות.


הויב אן מסכת בבא בתרא, זיי נישט קיין בטלן, זיי קלוג; זאג די ווערטער פון די גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער; דאס וועט דיך ברענגען צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.