מכתב יומי
כ אייר תשפ"א
May 02 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד טייערע אנשי שלומינו שיחיו
היינט נאכט גייען מיר אריין אין די וואך פון ספירת יסוד; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געבוירן געווארן כ"א אייר, די טאג וואס מען ציילט חסד שביסוד.
מוהרא"ש זאגט אז ער קען טרעפן חסד אין יעדן איינעם וואס האט פוגם געווען במידת היסוד, ער וועט מלמד זכות זיין פאר אלע וואס דער יצר הרע האט אראפגעווארפן אין די מדה, און אזוי אויך ווייזט ער פאר אלעמען די חסד פונעם אייבערשטן, די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז אלע קענען תשובה טון; דער אייבערשטער ווארט מען זאל צוריק קומען צו אים, מען זאל זיך אויס'טענה'ן מיט אים.
מוהרא"ש האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען צו מחזק זיין אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; מוהרא"ש האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיינעם, נאר ווייטער יעדן איינעם מחזק געווען.
ווען מען ציילט די ספירה קומט אויס מען זאל אינזין האבן די ווארט פון למנצח: "כלם", און ביי אנא בכח - דאס ווארט "יחיד"; דאס איז געווען ביי מוהרא"ש, ער איז געווען גרייט פאר "כלם", - ער האט יעדן איינעם געהאלפן, יעדן איינעם מחזק געווען, געשריבן פאר יעדן איינעם חיזוק פאר יעדע מצב, און ער איז געווען איינער אליינס, בבחינת "אחד הי' אברהם".
אנשי שלומינו מיר דארפן זיך מחזק זיין, מיר דארפן גיין אין די וועג פון מוהרא"ש - גיין הפצה, עוסק זיין אין ברענגען משיח, יעדער איינער דארף האבן א חלק אין הפצה. רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות: "זייט שטארק אין די זאך פון הפצה"; מען קען נישט קוקן אויף אנדערע, עס וועלן אלץ זיין לצים, דאס דארף זיין כדי עס זאל זיין א בחירה און א נסיון, אבער דאס טאר נישט אפהאלטן פון עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט.
די וואך גייט צוויי סדרה'ס, בהר און בחקותי; הייב אן היינט מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, לערן יעדן טאג אביסל, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילָךְ", פון זונטאג, "נִקְרָא עִם הַצִּבּוּר", ווערט עס שוין גערעכנט; די מצוה, דאס ביסל תורה - דאס בלייבט פונעם מענטש, דאס ביסל חומש און משניות.
אוי וועט מען חרטה האבן, עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט טראכטן 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן און געלערנט יעדן טאג אביסל תורה?' ווען מען וועט אנקומען אויף יענע וועלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון א פסוק חומש, דאס גרויסקייט פון א משנה, פון א בלאט גמרא; דעמאלט וועט שוין זיין שפעט.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך באלד זיין אין יבנאל, איך האף איך וועל זיך קענען אביסל אויסגיסן מיין הארץ דארט ביים הייליגן פלאץ, איך וועל מתפלל זיין פאר ענק אלע.