מכתב יומי

כא אייר תשפ"א

May 03 2021

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת בהר-בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע, אפילו דו שפירסט נישט די גוטע טעם וואס דו פלעגסט שפירן ביים לערנען און דאווענען, דו שפירסט נישט גארנישט - דאך זיי ממשיך, בלייב געטריי דעם אייבערשטן.


ווען מען דינט דעם אייבערשטן אן קיין טעם, אן קיין געפיל - איז דאס אסאך שטערקער ווי מען דינט אים מיט הרגש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אז ווען עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט דעם קנעכט: "ברענג מיר וואסער", און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער גיסט אים דער קעניג אן מיט די וואסער; בפשטות ווען מען לערנט די ווערטער ווערט מען צעבראכן, בפרט ווען עס רעגנט יום טוב סוכות ווערט מען צעבראכן אז דער אייבערשטער גיסט אונז אן אין פנים, אבער מוהרא"ש ברענגט עפעס גאר אנדערש ארויס.


א הַאר, ווען ער וויל זען אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי, גיסט ער אים אן אין פנים אריין, ער בעט אים צו ברענגען וואסער און ווען דער קנעכט ברענגט אים דאס - גיסט ער אים אפ דערמיט, דעמאלט קומט ארויס דער אמת; איז דער קנעכט נישט געטריי, לויפט ער אוועק; איז ער יא געטריי, בלייבט ער דארט, דעמאלט זעט דער הַאר ווי געטריי זיין קנעכט איז.


זאגט מוהרא"ש, ווען מיר זאגן ראש השנה און יום הכיפורים: "לקונה עבדיו בדין", מיר זאגן: "אם כבנים, אם כעבדים, עינינו לך תלויות"; און נאכדעם קומט סוכות ווען דער אייבערשטער זאגט קומטס ארויס אין סוכה, און גיסט אונז אפ אין פנים אריין, און מיר בלייבן פרייליך, מיר בלייבן געטריי - דאס איז א סימן אז מיר זענען באמת געטריי.


אזוי דארף מען לעבן; אפילו מען שפירט זיך ווי אן אפגעפאטשטער, מען פרובירט צו זיין גוט, מען פרובירט צו זיין געטריי, און מען זעט ווי אלעס גייט פארקערט - זאגט מען ווייטער: "אייבערשטער איך בלייב געטריי, אייבערשטער איך בלייב א איד!"


היינט האב איך געדאווענט שחרית ותיקין ביי רבי שמעון בר יוחאי אין די מערה, שפעטער בין איך געפארן קיין צפת זיך טרעפן מיט אנ"ש. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים קבר פון רבי יהודה בן רבי אילעא, נאכדעם זענען מיר געגאנגען צום בית החיים. קודם האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה אריז"ל און מתפלל געווען ביים אריז"ל, ביים בית יוסף און אלע הייליגע צדיקים ביז אונטן פונעם בית החיים, ביים ציון פון רבי פנחס בן יאיר.


איך בין געגאנגען באזוכן אין שטוב פון האברך ... נרו יאיר, ער האט א גרויסער דרוק מאשין וואו ער דרוקט וועכנטליך די קונטרסים עצתו אמונה, מיט די גליונות. מיר האבן זיך דארט מחי' געווען אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס שכל, מען האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון התבודדות, פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן.


מיר האבן געהאט דארט גרויסע נסים; ווען מיר האבן געענדיגט די פארברענג האט מען פלוצלונג געהערט א שרעקליכער גערודער, גאנץ צפת האט געטרייסלט, עס האט אויסגעזען ווי א באמבע. אלע זענען ארויסגעלאפן פון די בנינים, מענטשן זענען געלאפן מיט די נשמה אין די האנט; איך האב דעמאלט געטראכט ווי אזוי עס האט אויסגעזען ווען דער רבי איז אנטלאפן פון טברי' וכו' (שבחי הר"ן, סוף סימן יט).


מיר זענען גלייך אוועקגעפארן, מיר זענען געפארן קיין טברי' צום קבר פון התנא רבי עקיבא, מיר האבן דארט געדאווענט מנחה.


נאכדעם איז געווען א צאמקום פון אנשי שלומינו אין טברי', מיר האבן געלערנט די תורה אין לקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן צח) וואו דער רבי איז מגלה וואס צדיקים טוען, "נָתַן בּוֹ עֵינָיו וְנַעֲשָֹה גַּל שֶׁל עֲצָמוֹת"; נישט ווי מען לערנט פשוט אז דאס איז אן עונש מיתה, נאר אן ענין פון קירוב רחוקים, דאס איז דער ענין פון הפצה.


פון דארט בין איך געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מורי ורבי מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האבן געדאווענט מעריב ביים ציון און איך האב זיך אביסל מתבודד געווען.


איך דארף מקצר זיין, איך בין אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה.


שטארק זיך.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר-בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, פה ירושלים עיה"ק, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, מה אשיב לה', איך האב זוכה געווען צו זיין אין ארץ ישראל, איך האב זוכה געווען צו זיין ל"ג בעומר אין מירון.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית ביי די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי, שפעטער בין איך געווען ביים ציון פון מיין זיידע זכרונו לברכה.


פון דארט בין איך געפארן צום קבר פון רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, געבעטן דעם אייבערשטן, פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים עיר הקודש.


מארגן קום איך אהיים מיט פרישע כוחות, תפלה געבט כח; די תפילות ביי רבי שמעון בר יוחאי, די תפילות ביי די קברי צדיקים און ביי מוהרא"ש - געבט כח; התבודדות געבט לעבן, מען ווערט פריש און געזונט.


פרוביר אויס די עצה, נעם א מינוט צוויי, גיי אין א ווינקל און זיי זיך מתבודד, זאג דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער אויף דיר, דו וועסט זיך שפירן ווי א נייער מענטש, דו וועסט ווערן געזונט.


א שאד דו זאלסט שלעפן דיין פעקל מיט זיך, א שאד צו שטיין מיט אן איינגעבויגענעם רוקן. מוהרא"ש דערציילט פון הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, ער האט אמאל געזען איינעם שטיין אין א וואגן מיט א שווערע זאק אויף די פלייצע, פרעגט ער אים: "ר' איד, פארוואס לייגסטו נישט אראפ דעם זאק?" ענטפערט יענער איד: "איך האב רחמנות אויף די פערד, זיי שלעפן דעם וואגן מיט די אלע מענטשן, יעצט זאלן זיי שלעפן דעם שווערן זאק?" דער חפץ חיים שמייכלט און זאגט אים: "שוטה וואס דו ביסט! די פערד שלעפן סיי ווי אלע זעק און פעק, וואס דארפסטו זיך צעברעכן דיין רוקן?!" אזא פנים האבן מיר, מיר שלעפן שווערע זעק און פעק, דאגות, מיט וואס נישט, אין די צייט וואס מען קען אראפלייגן די פעק און זעק... אז מען דערציילט עס פאר'ן אייבערשטן אין געציילטע ווערטער, מען זאגט: "אייבערשטער איך גיי אריבער די שווערע זאך, האב רחמנות אויף מיר, היט מיר, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר וכו' וכו'" - מיט דעם גייט אראפ אלע שווערע פעקלעך.


איך טראכט אלץ צו מיר, וואס טוען מענטשן ווען זיי גייען אריבער שווערע ביטערע צרות - אן התבודדות? וואס טוען זיי? מען קען דאך אראפגיין פון זינען אן התבודדות, מען קען דאך כאפן א נערוון צוזאמבראך; וואס טוען די מענטשן? ווי אזוי לעבן זיי?! איך מיין דער תירוץ איז, ווער זאגט מען לעבט טאקע? ווער זאגט די נערווען קראכן נישט? אדער געבט מען אויף, מען ווערט א מרה שחורה'דיגער מענטש, אדער לויפן מענטשן צום ביטערן טראפ; מען שיכור'ט זיך אן, אדער איז די לעצטע פאר יאר דא א נייע מגפה, מען נעמט סם, מען נעמט דראגס רחמנא לצלן; דאס איז שוין אזוי ווי טויט, מען פארלירט אלעס, מען ברענט זיך אויס די מח, ביז מען שטארבט נעבעך.


איך בין יעצט אין ארץ ישראל, קומט צו מיר א איד און געבט מיר צו הערן א ניגון פון א היימישער זינגער וואס זינגט ברבים א ניגון מיט גראמען: "וואס טוט מען אין א שווערע מינוט? מען נעמט אביסל גראזעלעך און מען פארגעסט פון אלע צרות וכו' וכו'"; איך האב נישט געקענט גלייבן וואס איך הער, א רחמנות אויף אונזערע קינדער און בחורים אז די זינגערס זענען די פירערס פונעם דור, זיי פירן נישט דעם דור זיי פארפירן דעם דור, אנשטאט זינגען א ניגון "וואס טוט א איד מיט שווערע צרות? ער שפירט אז ער קען נישט מער? נעמט מען א תהילים און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ", דעמאלט פארגעסט מען פון אלע צרות, מען זעט ניסים; תפילה והתבודדות ברענגט ניסים, תפילה והתבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


וויי און ביטער פאר די יוגענט אז אזעלכע ניגונים און גראמען זינגט מען ביי היימישע פארברענגען, מה יעשה הבן שלא יחטא... ער הערט א חסידי'שער איד זינגט "מען נעמט אביסל גראזלעך (דראגס) מען כאפט א שלעפ", דער זינגער גייט מיט א שטריימל, מיט א ווייסע שאל וכו', מיינט ער אז וואס ער זאגט איז גוט, הייבט ער אן מיט איין שלעפ און נאכדעם נאך איין שלעפ, ביז דער לעבן ווערט אויס.


טייערע ברידער, געבט זייער אכטונג נישט צו הערן זינגערס וואס זינגען און זאגן זאכן קעגן די תורה, געבט אכטונג נישט צורירן צו די גראזלעך, מיר האבן אנדערע גראז; מיר גייען התבודדות צווישן די גראז. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי גוט און ווי וואויל איז צו רעדן צווישן די גראז.


איך קום שוין מארגן אהיים מיט פרישע כוחות, כוחות פון צדיקים; תפילות ביי קברי צדיקים, זיך מקשר זיין מיט זיי - געבט מורא'דיגע כוחות.


...


פה ירושלים עיר הקודש תובב"א