מכתב יומי
כ אלול תשפ"ג
September 06 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א זכותים איר האט, וויפיל מיליאנען מלאכים זענען באשאפן געווארן די יאר אליינס פון אייער צניעות, פון אייער באשיידנקייט; די אלע ביליאנען מלאכים וועלן שטיין ביים כסא הכבוד און טענה'ען פאר אייך און פאר אייערע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דער אייבערשטער וועט העלפן ער וועט אהיימברענגען ישועות און רפואות.
עס איז טאקע שווער צו בלייבן אליין אין שטוב וכו', אבער עס לוינט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פאק זיך איין די שענסטע קליידער, מאך זיך נישט נאריש מיט קטנות הדעת פון מיט נעמען ווי ווייניגער אויפן וועג כדי זיך גרינגער מאכן; אן א הוט, אן א שטריימל, אן בעקיטשעס; פארגעס נישט, מיר פארן צום רבי'ן, דארפן מיר קומען מיט די בגדי מלכות; עס איז ראש השנה, דארפן מיר זיך אנטון מיט די שענסטע קליידער.
ברענג זיך א ווייסע בעקיטשע, מיר פירן זיך צו גיין ראש השנה ווייס; א ווייסע בעקיטשע, א ווייסע קאפל, ברענג זיך מיט שיינע שבת'דיגע שיך, אלע שבת'דיגע וועש.
איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיטנעמען ספרים פאר די מפיצים, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן די מפיצים, אויך איז דאס א סגולה אז די פעקלעך זאלן אנקומען. אז דו קענסט קומען מוצאי שבת א' סליחות נעמען א זעקל ספרים און דאס ברענגען אין אונזער בנין און דאס מיר איבערגעבן.
ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב אכטונג אויף דיין שלום בית, אז דיין ווייב לאזט דיך נישט גיין קיין אומאן - זאלסטו רעדן מיט איר שיין; חס ושלום נישט וויי טון, חס ושלום שטעכן מיט ווערטער אדער פארשעמען. דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה אבער נאר מיט שלום בית, אן שלום בית פארלירט מען אלעס.
דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, ווייל ווער עס האט שלום בית האט אנדערע מוחין". רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל. דאס איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע טייערע שטיינער וכו', און אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון - וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט זיך נישט צוגעהערט צו די חבירים.
שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.
זיי זיך נישט מייאש, מיט תפילה און סבלנות וועסטו אנקומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.