מכתב יומי
כא אלול תשפ"ג
September 07 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער; אזוי וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.
עס רייסט די הארץ צו זען וואס פאסירט יעצט אין אונזער דור, וויפיל אידישע שטיבער ווערן חרוב דורך די טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, עס איז נאכנישט געווען אזא צרה זייט די וועלט שטייט - ווי די צרה פון אינטערנעט.
זאגט אביסל תהלים יעדן טאג, אפילו נאר איין קאפיטל, און ווען איר ענדיגט גאנץ ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים לעצטן בלאט 'געענדיגט די ערשטע מאל', 'געענדיגט די צווייטע מאל'; עס איז גוט צו האלטן חשבון, עס געבט א שטופ צו זאגן נאך און נאך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער, פלעגט זיך אזוי בעטן אין די הייליגע טעג אז די נשים צדקניות זאלן זיך אפשערן זייער האר און נישט איבערלאזן אפילו אפאר הארלעך.
מיינע עלטערן דערציילן מיר, די בכיות וואס ער פלעגט וויינען ליל כל נדרי און הושענא רבה איז געווען עפעס וואס מען קען נישט איבערגעבן, ווער עס האט דאס נישט געהערט וועט דאס נישט פארשטיין, די ווענט האבן מיט געוויינט; ער האט אויסגעוואשן אלע נשמות וואס זענען דארט געווען, אלע האבן תשובה געטון, אלע האבן זיך מקבל געווען צו גיין בצניעות. דער צדיק איז שוין נסתלק געווארן איבער פערציג יאר צוריק און מען זעט וואס פאר א קדושה ער האט איינגעזייט אין די וועלט, עד היום גייען טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידישע פרויען אנגעטון איידל און באשיידן.
מיר דארפן זוכה זיין צו האבן א צדיק אין אונזער דור וואס זאל אונז אויך אויסוואשן אונזער קאפ, אונזער מח; מיר זאלן נאר וועלן טון די ווילן פונעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך עקלען פון די אומות העולם, מיר זאלן נישט וועלן נאכמאכן די גאס, צניעות זאל זיין ביי אונז שיין.
ראש השנה נעמט מען אפיר אלע שיינע מעשים פון א גאנץ יאר און מען לייגט דאס אויפן וואגשאל, דאס וועט אונז אנשרייבן א גוט יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס איז תשובה? תשובה איז זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, נישט זיין בייז אויפן אייבערשטן, מקבל זיין אלעס וואס דער אייבערשטער טוט און דאס אננעמען מיט ליבשאפט; דאס איז די גרויסקייט פון א צדיק, ער האט קיינמאל נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.
סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן אלעס באהבה; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ - איז מען זוכה צו כתר, צו די העכסטע מדריגה.
ווער נישט בכעס, קריג זיך נישט מיט קיינעם, גיי שריי צום אייבערשטן; זוך א ווינקל און וויין זיך אויס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע וואס וויל מיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן און זיך נישט קריגן מיט קיינעם; וואס ווער איך אזוי שנעל אויפגערעגט? וואס פארליר איך זיך אויף מיין ווייב און קינדער? וואס קריג איך זיך מיט דעם און מיט יענעם? וואס איז מיט מיר?"
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.