מכתב יומי
כ חשון תשפ"ו
November 11 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווען מען איז יונג, מען איז צוקאכט - זעט מען נישט די מעלה און חשיבות פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי, מען מיינט אז די גליק איז ביי אנדערע, שפעטער ווען מען ווערט אביסל מיושב זעט מען אז איידל און פשוט איז די בעסטע זאך.
דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע שטוב, דאנק דעם אייבערשטן אז ביי דיר אין שטוב פירט מען זיך מיט הלכות און מנהגים, עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די פרומקייט און די קפידות און די ענינים, זיי עס מחשיב, פריי זיך אז דיין ווייב רופט פרעגן דעם דיין אירע שאלות, פריי זיך אז זי פרעגט אירע ענינים, און אז זי גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, און אזוי ווייטער.
זיי מקפיד צו גיין יעדן אינדערפרי אין מקוה, טו גארנישט איידער דו טובל'סט זיך אין מקוה, און ביים טובל'ן אין מקוה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן די פאר ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער געב מיר א תקוה בזכות וואס איך גיי אין מקוה"; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.