מכתב יומי

כא חשון תשפ"ו

November 12 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א רחמנות אויף דעם וואס איז צוגעקלעבט צום טעלעפאן, מען קען האבן א ווייב, די בעסטע און די שענסטע, און די טעלעפאן איז מער אינטערעסאנט, די פראגע איז נאר ווי אזוי קען מען זיך אפקלעבן פון די געוואוינהייט? דורך די עצות פון צדיק, די עצות פון הייליגן רבי'ן, דורך תורה און תפילה.


על כן מיין ליבער חבר, מיין טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות און גמרא, אין אנהייב וועסטו זיך אפשר נישט קענען קאנצעטרירן אויף וואס דו לערנסט, פון אזויפיל קוקן נישט גוטע זאכן, און פון אזויפיל פוגם זיין רחמנא לצלן. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף קי), ווען מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט חרוב די מח מחשבה, מען קען נישט מער זיך קאנצעטרירן אויף גוטס, די מח לויפט צו שלעכטע מחשבות, "סילוקא דיסודא עד אבא ואימא", עס איז מקלקל די מוחין רחמנא לצלן, איז די עצה פאלגן די רבי, דער רבי איז א מתנה פאר אונזער דור, פאר אונז מענטשן וואס קענען נישט שטיין גראד, מען האלט אין איין פאלן, מען פאלט און מען פאלט. דער רבי געבט אונז אן עצה, א וועג צו לערנען; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, נעם א משניות און זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אפילו אן פירוש המילות, דאס וועט דיר געבן כח אפצולאזן די טעלעפאן, אפצולאזן די ווידיאוס, מאוויס, סטעטוס, קליפס און דאס גלייכן, און אפילו דו ביסט שטארק באהאפטן צו דעם, אויב דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן - וועסטו ביים סוף ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אויך זאלסטו זאגן בלעטער גמרא און דעם יום תהלים יעדן טאג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, און אפילו איינער וואס וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, און מען קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דעם קומענדיגן שבת פרשת חיי שרה וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט צו העלפן די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.