מכתב יומי
כ כסלו תשפ
December 18 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך שרייב דיר דעם בריוו פון ארץ ישראל, פון יבנאל עיר ברסלב. איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל פאר איין טאג, איך האב זיך זייער געבענקט צו מוהרא"ש'ס ציון.
מוהרא"ש האט געשריבן אינעם בריוו אפאר שעה פאר'ן הסתלקות: "פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס דער רבי שרייבט וואס מען איז זוכה ווען מען איז אין ארץ ישראל; אמונה, אריכות אפים, קדושת הברית און אזוי ווייטער (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה; ועוד).
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך שוין זיין צוריק מארגן אינדערפרי; עס וועט אם ירצה ה' פארקומען דער וועכנטליכער שיעור, איך ווארט דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.