מכתב יומי

יט כסלו תשפ

December 17 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס ערשטע זאך זאלסטו גיין אין שול דאווענען, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער, ענדערש שטופ אפ דיינע אנדערע זאכן אויף שפעטער, דאס ערשטע זאך זאלסטו גיין אין שול.


איך מיין עס איז שוין צייט זאלסט אויפהערן וויינען און אנהייבן קוקן אויף די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר. מוהרא"ש ברענגט פון ספר מדרש שמואל אז עָ'שִׁ'י'ר' איז די ראשי תיבות: "עֵ'ינַיִם שִׁ'נַּיִם יָ'דַיִם רַ'גְלַיִם"; ווען א מענטש האט אויגן - ער קען זען, ציינער - צו עסן, הענט און פיס - דער איז דער גרעסטער עושר אויף די וועלט.


ווען דו וואלסט ווען געגאנגען אין שפיטאל זען וואס טוט זיך אפ ביי אידישע קינדער השם ירחם וואלסטו נישט געוויינט אויף דיין מזל; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו ער איז שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, הייבט ער אן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אים, אז מען איז געזונט, מען קען גיין, קומען, עסן וכו' וכו'.


ליבער ברודער, טייערער ..., אנשטאט וויינען פאלג ענדערש דעם רבי'ן; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ צום הייליגן באשעפער, זאג אים: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך דארף אן עצה, איך דארף א ישועה, איך קען זיך קיין עצה נישט געבן מיט ... (דערצייל אים פונקטליך אלעס בפרטי פרטיות), העלף מיר טאטע, העלף מיר, איך בין דאך דיין קינד, א טאטע האט רחמנות אויף א קינד ווי אזוי ער זעט אויס", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט דיינע אייגענע תפילות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.