מכתב יומי

כ כסלו תשפ"א

December 06 2020

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט הייבט זיך אן די חנוכה מסיבות, געב אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים; איז די פארברענג מיט יראת שמים - קענסטו גיין, אז נישט - זאלסטו זיך ארויסדרייען און נישט גיין. מאך נישט קיין מחלוקת, מיט חכמה זאלסטו זיך ארויסדרייען.


מארגן נאכט וועט זיין א חינוך אווענט; איך וויל דיר בעטן זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען מיט האלטן די חינוך אווענט.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיט ארבעטן מיט'ן מוסד; מען קען נישט שיקן קינדער אין מוסד אן דעם וואס מען ארבעט מיט מיט'ן מוסד.


דער וועכנטליכער שיעור וועט די וואך זיין מיטוואך נאכט אם ירצה ה'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.