מכתב יומי

כ תמוז תשע"ט

July 23 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


קויף שוין א טיקעט צו קענען זיין ראש השנה אין אומאן; לכתחילה זאלסטו ארויס פארן מיטוואך פרשת נצבים, ווייל ארויס פארן דאנערשטאג איז שוין אביסל איינגעשטעלט - מען קען בלייבן שטעקן אין קיעוו.


קוק נישט אויף קיין שום מניעות ועיכובים; פאלג דעם הייליגן רבי'ן אן קיין חכמות און דריידלעך, אז דער רבי האט געהייסן קומען דארפן מיר קומען אפילו עס איז שווער פאר יעדן איינעם לפי בחינתו. גלייב מיר, פאר יעדן איינעם איז דאס שווער, עס איז נישט דא קיינער וואס קומט קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן, אבער אז מען הערט פון רבי'ן אזעלכע ווערטער וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט קען מען נישט קוקן אויף גארנישט.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


בנוגע וואו די זאלסט דאווענען אין אומאן וכו'; דאס איז תלוי אין דיר, עס איז נישט משנה וואו מען דאווענט, דער עיקר איז קומען קיין אומאן אויף ראש השנה.


ביי אונז איז שוין נישט דא קיין בעטן אויף ראש השנה, אז דו ווילסט האבן א פלאץ ביים דאווענען פארבינד זיך מיט הבחור ... ווי פריער.


איך בענק זיך זייער צו הערן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.