מכתב יומי

יט תמוז תשע"ט

July 22 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך לאז דיר אזוי לאנג ווארטן און איך שרייב דיר נישט קיין בריוו; איך בין פשוט זייער פארנומען.


דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "אז דער רבי האט אונז געזאגט 'מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד' מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


דו ביסט אנגעפולט מיט אזויפיל גוטס, פארוואס זאלסטו קוקן אויף די חסרונות?! און אז דער יצר הרע פארטונקלט דיר דיינע אויגן דו זעסט נישט קיין שום גוטס אין דיר, פריי זיך מיט דעם וואס דו ביסט א איד.


דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


נעכטן האבן מיר אנגעהויבן א נייע מסכתא - "מסכת תמורה"; א שאד דו זאלסט זיך נישט מיט כאפן. הייב אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אז דו פארשטייסט נישט און דו האסט נישט קיין חברותא, מיט נאך טויזנט תירוצים וואס דו האסט - זאלסטו נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); הייב אן זאגן די ווערטער פון די גמרא וועסטו ווערן פרייליך, ווייל די תורה מאכט פרייליך. אז מען לערנט ווערט מען פרייליך און מען באקומט א ליכטיגע פנים; אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ט): "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב", אז מען לערנט ווערט מען פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.