מכתב יומי
כא אדר תשפ"ו
March 10 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערמאנט זייער אסאך אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן, דאס איז די סוד פארוואס דא איז דא מופתים"; דאס דארפן מיר זיך פארנעמען היינטיגן טאג, דאס וועט אונז ברענגען אלע ישועות.
זיכער אין שטוב, אז מען לעבט בשלום, מען איז נישט מקפיד אויף די כבוד, מען פארקוקט אויף די אייגענע כבוד, מען זוכט נאר עס זאל זיין שלום - קומט אין שטוב ישועות, און אויך צווישן אונז חברים; אז מיר וועלן זוכן ווי מען קען א טובה טון איינער פארן צווייטן, מיר וועלן רעדן שיין איינער אויפן צווייטן - וועלן מיר האבן ישועות.
קלאפ זיך נישט אראפ, און מיין נישט אז עס א קונץ זיך אראפצוקלאפן, און זיך צעברעכן. דער רבי האט אונז געלערנט פארקערט, ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט זיך באניצט מיט קבלה מעשיות, אבער מיר ווייסן אז דער ארי הקדוש שרייבט מען זאל נישט עוסק זיין אין דעם ווייל מיר זענען טמאי מתים, מיר האבן נישט היינטיגע צייטן די אפר פרה אדומה, ממילא טאר מען זיך נישט באניצן מיט דעם און אויב מען באניצט זיך מיט דעם - לייגט מען זיך אריין אין א סכנה (עיין בספר שערי קדושה לרבי חיים ויטאל חלק ג, שער ו), און דער איד האט זיך יא באניצט מיט דעם, זענען געקומען חסידים וכו' און מען האט אים געמאכט א משכנתא, מען האט אים ארום געבינדן די אויגן און אים גענומען און צאמגעשלאגן וכו', און דער איד איז ממש אראפגעפאלן אין א שרעקליכע עצבות, און ער איז ממש יצא מדעתו.
די משפחה האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, זיי זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים, אבער קיינער האט נישט געקענט ארויסנעמען דעם איד פון זיין מרה שחורה, ביז זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי האט זיי געהאלפן, דער רבי האט געזאגט: "א קונץ אראפ צו ווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", דער רבי האט גערעדט מיט אים ביז ער איז ארויס פון זיין מרה שחורה און ער האט צוריק באקומען אלע זיינע מדריגות, והבן למעשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.