מכתב יומי
כב אדר תשפ"ו
March 11 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי מחזק דיין ווייב, הער איר אויס, זי פאלט פון די כוחות פון די ארבעט מיט די קינדער, די קינדער פאלגן איר, נישט זי האט נישט די כוחות אנצוגיין; זאלסטו איר אויסהערן, און שמייכל צו איר, און שטארק איר, און לייג צו א האנט מיט די קינדער; דאס וויל יעצט דער אייבערשטער פון דיר, דאס איז יעצט דיין עבודת השם.
אז דו האסט גארנישט אין שטוב, די שאפעס זענען ליידיג, און דו קומסט געלט פאר מענטשן, די זונקסט אין חובות - זאלסטו גיין אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן; די ערשטע זאך זאלסטו תשובה טון, בעט איבער דעם אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר פארגעבן אויף אלעס און זאג פארן באשעפער אז דו האסט אוועק געדרייט די שפע עס זאל גיין צו די קליפות מיטן פוגם זיין בברית, מיט הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און יעצט האסטו פארלוירן די שפע, בעט: "הייליגער באשעפער איך טו תשובה, איך האב באמת חרטה אויף אלעס וואס איך האב געטון, איך גיי שוין זיין גוט, איך בעט דיר געב מיר שפע אז איך זאל קענען באצאלן מיינע חובות און קענען מפרנס זיין מיין שטוב".
אויך זאלסטו נישט זיין באליידיגט ווען דיין ווייב טוט נישט פינקטליך אזוי ווי דו ווילסט, זיי איר דן לכף זכות, זי האט אויך געפילן און זי האט אויך א מיינונג, און אז זי טוט נישט אזוי ווי דו ווילסט - איז נישט עק וועלט.
קיינמאל זאלסטו נישט בלאזן אדער איגנארירן דיין ווייב, דאס איז דאך דיין ווייב וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן; אז דו בלאזט אויף איר, דו איגנארירסט איר - איז דאס כפוי טובה.
גיי שוין אהיים און בעט איבער דיין ווייב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.