מכתב יומי

כא אלול תשפ"ד

September 24 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט, די ערשטע נאכט ראש השנה פירט ער אריבער אלע זיינע לייט; ווי אזוי קען מען זיין פון רבינ'ס לייט? אז מען לערנט זיינע תורות, זיינע ספרים; נאר אזוי איז מען פון רבינ'ס לייט.


יעצט אלול - ערב די נסיעה קיין אומאן - זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין אלע רבינ'ס ספרים. הויב אן לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, ביים אנהייב איז נישט גרינג, עס איז לאנגע תורות וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער, זאגן אן פארשטיין. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען, אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען זיך נישט אפשטעלן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו).


לערן מיט א קביעות יעדן טאג אביסל ליקוטי מוהר"ן, וועסטו אנהויבן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך נאך א שיעור, מאך זיך א שיעור אין די שיחות פון רבי'ן, אין ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


בתחילת התקרבותי האב איך נישט פארשטאנען דעם ליקוטי מוהר"ן, איך האב גענומען מיין חיות פון די שיחות, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויסגעהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן".


אויך זאלסטו לערנען ספר המידות און ספר סיפורי מעשיות. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיינע מעשיות, דער רבי האט געזאגט אז די מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף. און היינט האבן מיר ספר אשר בנחל; חיזוק, עצות און הדרכה פון מוהרא"ש, געשריבן פאר די היינטיגע דור. מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונזערע מוחות, פאר אונזערע גופים, וואס מיר זענען אזוי געפאלן און אזוי צעבראכן; די בריוו וועט דיר געבן חיזוק פאר יעדן מצב, עס וועט דיך אויפהייבן פון אלע נפילות וירידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן; "אלעס דארף מען פאלגן דעם צדיק" - זאגט דער רבי, "אויסער דאס וואס ער זאגט נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דאס פאלגט מען נישט".


מאך זיך א קביעות יעדע נאכט זיך צו מתבודד זיין פאר צען מינוט. פאלג דעם רבין בתמימות ופשיטות, וואס האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב), "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", מען זאל זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן ביינאכט, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען זאל גיין אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט דארט, "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", קומט מען צו די מדריגה אז מען ווערט בטל צום אייבערשטן, מען ווערט נכלל אינעם אייבערשטן, מען וויל שוין גארנישט, מען דארף גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ליבער ברודער פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ און זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין הייליג. הייליגער באשעפער, דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך קען זיך נישט קריגן מיט אים, העלף מיר".


אזוי זאלסטו יעדן טאג טון, שרייען און שרייען און שרייען; ווייל מיט די עצה פון התבודדות ותפילה - רייניגט מען די שלעכטע בלוט, מען רייניגט זיך פון די שלעכטע מידות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.