מכתב יומי
כא כסלו תשפ"ה
December 22 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"א כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אפילו די וואס האבן מתיר געווען צו גיין מיט א שייטל - איז דאס נאר אַן איידעלע שייטל, נישט קיין לאנגע וכו', צולאזטע וכו'; דאס איז א פריצות, דאס ברענגט א סכנה. מוהרא"ש פלעגט ווייזן מיט די האנט אויפן אקסל, ביז די אקסל איז דאס מערסטע וואס מען קען גיין און נישט לענגער, ווייל נאר אז מען פירט זיך איידל - איז מען זוכה צו גוטע ערליכע קינדער.
מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל. וואס זאל איך דיר זאגן, דער ספר לאזט נישט פאלן, דער ספר בלאזט אריין חיות, עס לעבט אויף. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט אויף א גרינגע, פשוט'ע שפראך; אז יעדער איינער - מקטן ועד גדול - זאל זיך קענען באניצן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מוהרא"ש האט נאר גענומען דעם רבינ'ס ווערטער און דאס אראפגעברענגט פאר אונזער דור, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צג): "עס איז דא אמאל א גרויסע ליכט וואס שיינט זייער שטארק, אבער פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם ליכטיגקייט, דארף מען האבן א גרויסע מענטש זאל נעמען די ליכט און דאס צעטיילן אויף קליינע ליכט, אז אפילו פשוט'ע מענטשן זאלן אויך האבן א השגה אין דעם, עיין שם; דאס האט מוהרא"ש געטון, ער האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס איבערגעשריבן אויף א שפראך וואס מיר פשוט'ע מענטשן פארשטייען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.