מכתב יומי
יח כסלו תשפ"ה
December 19 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז זכותו יגן עלינו; ער איז געווען דעם רבינ'ס פעטער, און ביי די ברית ווען מען האט א נאמען געגעבן דעם רבי'ן 'נחמן' האט רבי ברוכ'ל זיך אנגערופן און געזאגט: "'נחמן' על שם (בראשית ה, כט) 'זה ינחמנו ממעשנו ומעצבון ידינו מן האדמה אשר אררה ה', און די הייליגע חכמים זאגן אויף דעם פסוק (סנהדרין קיג:) 'צדיק בא לעולם, טובה באה לעולם'"; דער רבי איז דאס גוטס פון די וועלט, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, דער רבי טרייסט אונז, דער רבי ווייזט אונז אז מיר האבן נאך א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ממש וואס דער פסוק זאגט, "זה י'נחמנ'ו", דער רבי טרייסט אונז.
דער צדיק רבי ברוכ'ל זכותו יגן עלינו איז געווען ביים רבינ'ס ברית, און פיגא עליה השלום, דעם רבינ'ס מאמע האט געבעטן איר ברודער דער הייליגער צדיק רבי ר' ברוכ'ל: "ברוכ'ל - אזוי האט זי אים גערופן - וואונטש אן פארן קינד אז מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל איר געענטפערט: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים (קוקט נאך אין ספר פעולת הצדיק, אות כא), ווייל דער צדיק וואס האט די כוחות צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן - אויף אים מוז זיין מחלוקת, ווייל נאר אזוי איז עס מיט אן אמת, אזוי ווי די הלכה איז, מען וועט נישט מקבל זיין קיין גרים בימות המשיח, ווייל ווען עס איז שלחן מלכים איז די גירות נישט מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רכח).
מען הויבט היינט אן מסכת סנהדרין. זיי נישט קיין בטלן, הויב אן די מסכתא, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער. דאס איז ברסלב'ע חסידות, לערנען און דאווענען, אלעס אנדערש איז דמיונות. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל.
היינט וועט נישט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, מיין טאטע שליט"א מאכט חתונה די יונגסטע קינד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.