מכתב יומי
כא כסלו תשפ"ו
December 11 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל נאר איין זאך, ער וויל דיך צעהאקן און צעשניידן, לאז זיך נישט פון אים, כאפ זיך אן אין רבי'ן, דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה'דיג און אריינפאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות - אים אריינווארפן אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פון די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט.
שטארק זיך, טו אלעס צו זיין פרייליך, און אויב דו האסט אזוי שטארק מקלקל געווען זאלסטו וויסן אז מען קען פאררעכטן און מאכן פון אלע קלקולים – תיקונים, אז מען טוט תשובה ווערן פון די עבירות – זכיות; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, אויך איידער דו גייסט שלאפן, דו ליגסט שוין אין בעט - זאלסטו זיך איבערדעקן מיט די דעקע און זאגן: "הייליגער באשעפער איך האב חרטה אויף די אלע נישט גוטע זאכן וואס איך האב געטון, זיי מיר מוחל"; וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און עס וועלן ווערן פון אלע זדונות – זכיות.
איך בעט דיר דו זאלסט שוין אפלאזן די עצבות ומרה שחורה, פאלג דעם רבי'ן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", קומט פון עצבות און מרה שחורה. "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה", אויך די דאקטוירים זאגן דאס, "שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך; דעריבער האט דער רבי אונז אזויפיל מאל געזאגט און געבעטן און געווארנט מיר זאלן זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי הייבט אן דעם תורה: "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.