מכתב יומי

כ כסלו תשפ"ו

December 10 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווילסט זיין אן ערליכער איד? ווילסט אויך זוכה זיין צו ווערן א צדיק? דו טראכסט עס איז נישט שייך פאר דיר, ווייל די צדיקים האבן געפאסט און זיך מסגף געווען, און דיין קערפער קען דאס נישט דערהייבן, דו ווילסט עסן שלאפן וכו' וכו'; וויסן זאלסטו אז מען דארף נישט פאסטן צו זיין א צדיק, מען דארף זיך נישט מסגף זיין צו זיין א צדיק, מען דארף נאר פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט צו גיין התבודות, און אזוי אויך די אנדערע זיסע עצות.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען נאנט ווערן צום אייבערשטן; אמאל האט מען געדארפט טון שווערע עבודות צו קענען זיין נאנט צום אייבערשטן, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' - ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף די שפראך וואס ער איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער חבר, אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ; דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


היינט איז די יארצייט פון ר' אליהו חיים רוזין זכרונו לברכה, ער האט דערציילט אז ער איז געגאנגען באגלייטן אין מקוה רבי אברהם ב"ר נחמן אין יאר תרע"ה, אויפן וועג ארויס פון מקוה זאגט אים רבי אברהם ב"ר נחמן: "אין פופציג יאר ארום וועט קומען א אינגערמאן און ער וועט דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייטן אין די גאנצע וועלט, און ער וועט מאכן פון רבינ'ס זאך נייע זאכן", און ער האט אויסגעפירט און געזאגט פאר ר' אליהו חיים: "און דו וועסט אים נאך קענען"; און ווען מוהרא"ש איז געפארן די ערשטע מאל קיין ארץ ישראל האט ער געטראפן ר' אליהו חיים וואס האט אים דערציילט און מחזק געווען אז פון תרע"ה ביז תשכ"ה איז פינקט פופציג יאר, און ער האט מחזק געווען מוהרא"ש ער זאל זיך נישט צוטון מאכן פון די לצים וואס האבן אנגעהויבן די גרויסע מחלוקת וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.