מכתב יומי

כב חשון תשפ

November 20 2019

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט אמונה פשוטה; אפילו עס גייט אויף דיר אריבער שוועריקייטן און דו שפירסט אז דו קענסט עס נישט אויסהאלטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אין גאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ?" ווי אזוי איז מען זיך מבטל, האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך דאס מויל און די אויגן – דאס איז ביטול".


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, אים האט דער אייבערשטער ליב.


איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.