מכתב יומי
כז חשון תשפ
November 25 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל גמרא; אפילו דו ביסט אויסגעמוטשעט, דו האסט נישט קיין קאפ צו פארשטיין וואס די גמרא זאגט, זאלסטו אויך לערנען גמרא. זאג די ווערטער פון די גמרא אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיר ברענגען צו אלע מדריגות; דו וועסט זוכה זיין צו זיין ארום גענומען מיט די הייליגע מלאכים וואס זענען די מרכבה פאר'ן שכינה, גמר"א איז די ראשי תיבות: מִ'יכָאֵל, גַ'בְרִיאֵל, רְ'פָאֵל, א'וֹרִיאֵל; ווען מען לערנט גמרא ווערט מען א מרכבה פאר די שכינה.
גמרא וועט דיר רייניגן פון אלע עבירות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שְׁמָהּ שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחֲטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות וואס ער האט באשאפן; היינט איז דער דף גמרא מסכת נדה דף לג, א שאד דו זאלסט נישט מיט פאר'ן מיט'ן באן און לערנען יעדן טאג אביסל תורה, מיר גייען שוין מאכן יעצט א סיום אויף גאנץ ש"ס.
איך פריי זיך זייער אז דו וועסט מיט האלטן דעם שבת סיום הש"ס וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען פרשת ויגש, וואו מיר אלע תלמידי היכל הקודש וועלן זיך צוזאמנעמען אויף א שבת התוועדות, זיך מחזק זיין איינער מיט'ן צווייטן, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, מיר ווייסן פון זיינע עצות ווי אזוי מען קען לעבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן.
ברענג מיט דיינע קינדער צום שבת; דער עיקר איז דאך פאר די קינדער זיי זאלן זען צו וואס מען קען זוכה זיין אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט יעדן טאג תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל געלט דער מענטש וועט האבן דעם יאר, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת, וְהוֹצָאַת יָמִים טוֹבִים", חוץ וואס א מענטש דארף האבן פאר שבת און יום טוב, "וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", און חוץ וואס מען געבט אויס פאר די קינדער זיי זאלן לערנען תורה, דאס ווענדט זיך שוין אינעם מענטש אליינס, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", אויב שפארט מען וועט מען באקומען ווייניגער און אויב געבט מען אויס געלט וועט מען אים מוסיף זיין, דעם "שבת התועדות תלמידי היכל הקודש - שבת סיום הש"ס" איז אינעם כלל פון "הוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה". וואו מען וועט פייערן א "שבת התוועדות תלמידי היכל הקודש", און "שבת סיום הש"ס", אז מיר האבן זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; דאס וועט אריינגיין אין די קינדער אז זיי זאלן אנהייבן לערנען ש"ס.
שבת וועט אם ירצה ה' זיין א באזונדערע שיעור פאר די קינדער זיי אויפצופלאקערן זיי זאלן אויך אנהייבן לערנען ש"ס.
מארגן וועט זיין א פרויען צוזאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב תחי' זאל קענען קומען זיך מחי' זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.