מכתב יומי
כב חשון תשפ"ו
November 13 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ברודער, "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד" - האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה); ווייל דאס שיינקייט און גרויסקייט פונעם מענטש מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך, און אז עס גייט אריבער אויף אים צרות יגון ואנחה, גייט ער ווייטער אן מיט א שמייכל, מיט שמחה. און דאס האבן מיר געזען ביי מוהרא"ש אלע יארן; די שמייכל, די ליכטיגע פנים, אז ווער עס האט נישט געוואוסט וואס גייט אריבער פערזענליך אויף אים האט נישט געקענט חלומ'ען אין וויסטן חלום אז דער מענטש ליידט; מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "לֹא הָיָה לִי יוֹם אֶחָד טוֹב בְּזֶה הָעוֹלָם, בְּלִי שׁוּם גֻּזְמָא כְּלָל", איך האב נישט געהאט קיין איין גוטן טאג אין מיין לעבן, אן קיין גוזמא, "וּמַמָּשׁ בָּכִיתִי בְּכָל יוֹם וָיוֹם", איך פלעג וויינען יעדן טאג פון מיין לעבן, "מֵרֹב צַעַר וְעַגְמַת נֶפֶשׁ שֶׁסְבָבוּנִי מִבַּיִת וּמִחוּץ", פון די יסורים וואס איז אויף מיר אריבער - סיי פון אינדרויסן און סיי פון שטוב; מיט דעם אלעם האט מען דאס נישט געקענט אנזען אויף מוהרא"ש, אדרבה, מוהרא"ש איז שטענדיג געווען מלא שמחה, שטענדיג מיט א שמייכל און יעדן איינעם פרייליך געמאכט.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה, הלואי זאלסטו זיך אויפוועקן און קומען הערן די זיסע ווערטער פון רבי'ן, אנעם רבי'ן קען מען נישט, עס איז נישט מעגליך אנצוגיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.