מכתב יומי

כב טבת תשפ"ו

January 11 2026

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך נישט מער קיין חובות, און דיינע אלטע חבות זאלסטו צוביסלעך באצאלן, געענדיגט מיט בארגן. אז דו האסט נישט קיין געלט ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, זאלסטו בעטן מענטשן זאלן דיר העלפן, אבער חס ושלום נישט בארגן, דער רבי לאזט נישט בארגן קיין געלט, דער רבי לאזט נישט מאכן חובות; דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב; ווייל אז מען האט חובות האט מען נישט קיין כלים, מען האט נישט קיין מוחין פאר עבודת השם.


יעצט אין די שובבי"ם טעג איז מסוגל צו פאררעכטן די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די עבירה מאכט ארעם און עס מאכט מען זאל זיין א בעל חוב. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס ווארפט אריין דעם מענטש אין חובות; מוהרא"ש זאגט, דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס מאכט דעם מענטש ארעם, ווייל אין דער זוהר הקדוש שטייט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן; זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף די עבירה; דאס וויינען צום אייבערשטן מעקט אויס דעם פגם, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן יעדע פרוטה וואס דו קומסט פאר מענטשן, דו זאלסט נישט אוועק גיין פון די וועלט מיט זיין שולדיג פאר א צווייטן א פרוטה און דארפן חס ושלום נאכאמאל מגולגל ווערן.


קענסט גיין נאך געלט, אבער נישט לעבן פון צדקה. גיי נאך געלט, צעטייל די געלט אין צוויי, האלב געב פאר צדקה (שענער און בעסער אז דו וועסט עס געבן פארן רבינ'ס זאך, צי הדפסה, צי פאר דעם רבינ'ס שול, מוסד), און האלב קענסטו נעמען פאר דיר פארן זיין א גבאי צדקה, און מיט דעם זאלסטו באצאלן דיינע חובות, אבער למען דיין טובה און דיין עתיד זאלסטו מער נישט בארגן קיין פרוטה פון א צווייטן, ווייל עס איז נישטא נאך אזא סכנה ווי חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.