מכתב יומי

כג טבת תשפ"ו

January 12 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זענען מיר מסיים מסכת זבחים, מאך א סיום אין שטוב, ווייז פאר דיין ווייב און דיינע קינדער וואס איז חשוב; זיץ מיט דיינע קינדער, לייג א שיינע טישטוך און שיינע כלים, און זאג זיי מיט שמחה אז דו האסט מסיים געווען נאך א מסכתא, און דערצייל זיי אז יעדע מאל מען איז מסיים א מסכתא באקומט מען אין הימל א גאנצע וועלט (הקדמת תיקוני זוהר, דף יד:), דערצייל זיי וואס עס איז דא אין א וועלט, וויפיל קארס, וויפיל עראפלאנען, העליקאפטערס, שיפן און סאבמארינען, און אויך סייבער טראקס וכו' וכו', אלעס פאר ווער עס לערנט גמרא; עס וועט אריינגיין אין זייערע ביינער, זיי וועלן אויך וועלן לערנען.


שריי נישט אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר, און אז זי איז דיך מבזה זאלסטו חס וחלילה ענטפערן, און חס וחלילה האלטן א רוגזה; מאך דעם רבינ'ס תיקון שובבי"ם מיט שווייגן, מיט "ישמע בזיונו ידום וישתוק", דאס איז א שווערערע תיקון ווי פאסטן משבת לשבת; ווען מען הערט א בזיון און מען ענטפערט נישט, מען האט ליב די ווייב אזוי ווי פריער, מען מאכט נישט קיין עסק פון דעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), אז דער עיקר פון תשובה איז שווייגן און נישט ענטפערן, דאס איז בעיקר אין שטוב ווען מען זאגט און מען הייסט און מען פארלאנגט וכו' וכו' - נישט צו ווערן פארלוירן, נאר שיין רעדן צו די ווייב אזוי ווי מען רעדט צו די חשוב'סטער מענטש.


לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, זאל עס זיין דער גרעסטער און דער בעסטער וכו' וכו'; ביסט געקומען אין היכל הקודש זאלסטו זיך חזר'ן 'פארוואס און פארוועם בין איך געקומען? נישט צו בערל, נישט צו שמערל, נישט צו חאצקל און נישט צו גרונם'; און אז זאכן שטערן דיר, זאכן באדערן דיר זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן דו זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויף צדיקים און דו זאלסט נישט מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.